[1] האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
[2] ביז װאַנען װעט איר מאַכן געיעגן אױף װערטער? באַטראַכט, און דערנאָך װעלן מיר רעדן.
[3] פֿאַר װאָס װערן מיר גערעכנט װי בהמות, געהאַלטן פֿאַר פֿאַרשטאָפּט אין אײַערע אױגן?
[4] דו װאָס פֿאַרצוקסט זיך אַלײן אין דײַן צאָרן, זאָל פֿון דײַנעט װעגן פֿאַרלאָזט װערן די ערד, און אַ פֿעלדז אַװעקגערוקט װערן פֿון זײַן אָרט?
[5] יאָ, דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט פֿאַרלאָשן װערן, און נישט שײַנען װעט דער פֿונק פֿון זײַן פֿײַער.
[6] די ליכטיקײט װעט פֿינצטער װערן אין זײַן געצעלט, און זײַן ליכט װעט פֿאַרלאָשן װערן איבער אים.
[7] די שפּרײַזן פֿון זײַן מאַכט װעלן געענגט װערן, און אים װעט אַנידערװאַרפֿן זײַן אײגענע עצה.
[8] װאָרעם ער װערט געטריבן פֿון זײַנע פֿיס אין דער נעץ, און אױף אַ פּאַסטקע גײט ער אום.
[9] כאַפּן פֿאַרן טריט װעט אַ פֿאַנגנעץ, פֿעסט װעט אים האַלטן דער קנופּ.
[10] באַהאַלטן אין דער ערד איז אַ שטריק פֿאַר אים, און אַ כאַפּשטײַג פֿאַר אים איז אױפֿן שטעג.
[11] רונד אַרום גרױלן אים שרעקענישן, און זײ יאָגן אים אױף זײַנע טריט.
[12] הונגעריק װעט זײַן זײַן אומגליק, און דער בראָך איז אָנגעברײט בײַ זײַן זײַט.
[13] אױפֿעסן װעט די גלידער פֿון זײַן לײַב, אױפֿעסן װעט זײַנע גלידער דער בכוֹר פֿון טױט.
[14] אױסגעריסן װעט װערן פֿון זײַן געצעלט זײַן פֿאַרזיכערונג, און עס װעט אים מאַכן שפּרײַזן צו דעם מלך פֿון שרעקעניש.
[15] רוען װעט אין זײַן געצעלט נישט זײַן האָב; אױף זײַן װױנונג װעט אױסגעשפּרײט װערן שװעבל.
[16] פֿון אונטן װעלן טריקענען זײַנע װאָרצלען, און פֿון אױבן װעט פֿאַרװעלקט װערן זײַן צװײַג.
[17] זײַן זָכר גײט אונטער פֿון דער ערד, און ער האָט נישט קײן נאָמען דערױסן.
[18] מע װעט אים שטױסן פֿון ליכט אין פֿינצטערניש און פֿון דער װעלט װעט מען אים פֿאַרװאָגלען.
[19] ער האָט נישט קײן קינד און קײן אײניקל צװישן זײַן פֿאָלק, און קײן איבערבלײַב אין זײַנע װױנונגען.
[20] איבער זײַן שטראָפֿטאָג װערן צעגרױלט די שפּעטערדיקע, און די פֿריִערדיקע נעמט אָן אַ שױדער.
[21] יאָ, דאָס זײַנען די װױנונגען פֿון דעם פֿאַרברעכער, און דאָס איז דער אָרט פֿון דעם װאָס װײס נישט פֿון אֵל.