[1] און אֶליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
[2] הערט, חכמים, מײַנע װערטער, און איר קענער, לײגט צו דאָס אױער צו מיר.
[3] װאָרעם דאָס אױער דאַרף פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט עסן.
[4] לאָמיר אונדז אױסװײלן דאָס גערעכטע, לאָמיר געװאָר װערן צװישן אונדז װאָס איז גוט.
[5] װאָרעם אִיובֿ זאָגט: איך בין גערעכט, נאָר אֵל האָט אָפּגעטאָן מײַן רעכט;
[6] בײַ מײַן גערעכטיקײט װער איך געהאַלטן פֿאַר אַ ליגנער, מסוכּן איז מײַן װוּנד, אָן אַ פֿאַרברעך.
[7] װאָסער מענטש װי אִיובֿ טרינקט געשפּעט אַזױ װי װאַסער,
[8] און פֿירט זיך אין חבֿרותא מיט טוער פֿון אומרעכט, און גײט אום מיט שלעכטע לײַט?
[9] װאָרעם ער זאָגט: דעם מענטשן קומט גאָרנישט אַרױס װען ער זוכט װױלגעפֿעלן אלֹקים.
[10] דערום, לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, הערט מיר צו: װײַט איז אֵל פֿון אומרעכט, און שַדַי פֿון אַן עװלה.
[11] נאָר די טוּונג פֿון מענטשן באַצאָלט ער אים, און לױט איטלעכנס װעג שיקט ער אים צו.
[12] יאָ פֿאַר װאָר, אֵל טוט נישט קײן אומרעכט, און שַדַי פֿאַרדרײט נישט גערעכטיקײט.
[13] װער האָט אים באַפֿױלן איבער דער ערד? און װער האָט געמאַכט די װעלט אין גאַנצן?
[14] אַז ער זאָל קערן זײַן האַרץ אױף אים, אַז ער זאָל זײַן הױך און זײַן אָטעם אײַנזאַמלען צו זיך,
[15] װאָלט פֿאַרגײן יעטװעדער לײַב אין אײנעם, און דער מענטש װאָלט צו שטױב זיך אומקערן.
[16] און אױב דו האָסט פֿאַרשטאַנדיקײט, הער דאָס צו; פֿאַרנעם דעם קֹול פֿון מײַנע װערטער.
[17] צי קען גאָר אַ פֿײַנט פֿון גערעכטיקײט הערשן? אָדער װילסטו דעם מאַכטיקן גערעכטן באַשולדיקן? –
[18] קען מען זאָגן צו אַ מלך נידערטרעכטיקער? רשע צו פֿירשטן? –
[19] דעם װאָס שאַנעװעט נישט דעם פּנים פֿון האַרן, און אַכט נישט אױפֿן רײַכן מער װי אױפֿן אָרעמאַן, װײַל דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען זײ אַלע.
[20] אין אַ רגע שטאַרבן זײ, אין האַלבע נאַכט; לײַט װערן צעטרײסלט און פֿאַרגײען, און מע טוט אָפּ דעם מאַכטיקן װי נישט מיט דער האַנט.
[21] װאָרעם זײַנע אױגן זײַנען אױף די װעגן פֿון דעם מענטשן, און אַלע זײַנע טריט זעט ער.
[22] נישטאָ קײן פֿינצטערניש און קײן טױטשאָטן, פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט זיך דאָרטן צו פֿאַרבאָרגן.
[23] װאָרעם ער מאַכט נישט דעם מענטשן אַ צײַט, צו קומען פֿאַר אֵל צום משפּט.
[24] ער צעברעכט מאַכטיקע אָן אַן אױספֿאָרשונג, און שטעלט אױף אַנדערע אַנשטאָט זײ.
[25] פֿאַר װאָר, ער קען זײערע מעשׂים, דערום מאַכט ער אַן איבערקער איבער נאַכט, און זײ װערן צעדריקט.
[26] װײַל זײ זײַנען רשעים, שלאָגט ער זײ, אין אַן אָרט װוּ מע זעט.
[27] דערפֿאַר װאָס זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אים, און אױף אַלע זײַנע װעגן נישט געאַכט.
[28] זײ האָבן געמאַכט קומען צו אים דאָס געשרײ פֿון דעם אָרעמאַן, און דאָס געשרײ פֿון די געדריקטע פֿלעגט ער הערן. –
[29] אָבער אַז ער שװײַגט, װער קען אים באַשולדיקן? און פֿאַרבאָרגט ער דעם פּנים, װער קען אים װעלן זען? סײַ בײַ אַ פֿאָלק סײַ בײַ אַ מענטשן אַלץ אײנס. –
[30] כּדי דער זינדיקער מענטש זאָל נישט קיניגן, כּדי קײן שטרױכלונגען זאָלן נישט זײַן פֿאַרן פֿאָלק.
[31] װאָרעם האָט ער דען צו אֵל געזאָגט: איך האָב געליטן, איך װעל מער נישט שלעכטס טאָן;
[32] איך זע נישט, לערן דו מיך; אױב איך האָב געטאָן אומרעכט, װעל איך מער נישט טאָן?
[33] זאָל ער פֿאַרגעלטן אַזױ װי דיר קומט אױס: אױב דיר געפֿעלט נישט, טאָ קלײַב דו אױס, און נישט איך? און װאָס װײסטו צו רעדן?
[34] לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װעלן מיר זאָגן, און דער קלוגער מאַן װאָס װעט מיר צוהערן:
[35] אִיובֿ רעדט אָן אַ זינען, און זײַנע רײד זײַנען אָן שׂכל.
[36] איך װינטש אִיובֿ זאָל אײביק געפּרוּװט װערן, פֿאַר ענטפֿערן אַזױ װי זינדיקע לײַט.
[37] װאָרעם ער לײגט נאָך צו װידערשפּעניקײט צו זײַן חטא; ער פּאַטשט זײַנע הענט צװישן אונדז, און מערט זײַנע רײד קעגן אֵל.