Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר װאָר, דינסטצײַט האָט דער מענטש אױף דער ערד, און װי טעג פֿון אַ געדונגענעם זײַנען זײַנע טעג.

[2] װי אַ קנעכט װאָס שמאַכט נאָך שאָטן, און װי אַ געדונגענער װאָס האַרט אױף זײַן לױן,

[3] אַזױ האָב איך מיר צוגעטײלט געקריגן חדשים פֿון אומגליק, און נעכט פֿון מאַטערניש האָט מען מיר צוגעצײלט.

[4] אַז איך לײג זיך, זאָג איך: װען װעל איך אױפֿשטײן? און די נאַכט ציט זיך, און איך װער זאַט מיט װאַרפֿעניש ביזן פֿרימאָרגן.

[5] מײַן לײַב איז באַקלײדט מיט װערעם און שטיקער ערד, מײַן הױט פּלאַצט און װערט צעקראָכן.

[6] מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ װעבשיפֿל, און װערן פֿאַרלענדט אָן אַ האָפֿענונג.

[7] געדענק, אַז אַ הױך איז מײַן לעבן, מײַן אױג װעט נישט אָנזען מער גוטס.

[8] מיך װעט מער נישט אָנקוקן דאָס אױג פֿון מײַן זעער, דײַנע אױגן זײַנען אױף מיר, און שױן בין איך נישטאָ.

[9] פֿאַרלענדט װערט אַ װאָלקן און פֿאַרגײט, אַזױ דער װאָס נידערט אין שְׁאֹול, װעט נישט אַרױפֿקומען.

[10] ער װעט זיך מער נישט אומקערן אין זײַן הױז, און זײַן אָרט װעט אים מער נישט קענען.

[11] דערימעך װעל איך נישט פֿאַרמײַדן מײַן מױל, איך װעל רעדן אין דער קלעמעניש פֿון מײַן געמיט, איך װעל קלאָגן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.

[12] בין איך אַ ים, אָדער אַ ים-חיה, װאָס דו שטעלסט אַ װאַך איבער מיר?

[13] אַז איך זאָג: מײַן בעט װעט מיך טרײסטן, מײַן געלעגער װעט מיטטראָגן מײַן קלאָג,

[14] שרעקסטו מיך מיט חלומות, און מיט זעונגען גרױלסטו מיך.

[15] און מײַן זעל װיל בעסער דערװאַרגעניש, טױט, אײדער די דאָזיקע בײנער מײַנע.

[16] מיר איז נימאס; איך װעל אײביק נישט לעבן, לאָז אָפּ פֿון מיר, װאָרעם אַ הױך זײַנען מײַנע טעג.

[17] װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט אים גרײסן, און אַז דו זאָלסט לײגן אױף אים דײַן האַרץ,

[18] און אים דערמאָנען אַלע פֿרימאָרגן, אַלע רגע אים פּרוּװן?

[19] װי לאַנג װעסטו זיך נישט אָפּקערן פֿון מיר? מיך נישט אָפּלאָזן ביז איך שלינג אַראָפּ מײַן שפּײַעכץ?

[20] אַז איך זינדיק, װאָס טו איך דיר, היטער פֿון דעם מענטשן? פֿאַר װאָס האָסטו מיך געמאַכט פֿאַר דײַן צילברעט, אַז איך בין געװאָרן זיך אַלײן צו לאַסט?

[21] און װאָס פֿאַרגיסטו נישט מײַן פֿאַרברעך, און טוסט נישט אָפּ מײַן זינד? װאָרעם אַצונד װעל איך ליגן אין שטױב, און װעסט מיך זוכן, און איך װעל נישט זײַן.

אִיובֿ — Chapters