[1] האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:
[2] אַז מע פּרוּװט אַ װאָרט צו דיר װעט דיך פֿאַרדריסן? אָבער װער קען זיך אײַנהאַלטן פֿון רײד?
[3] זע, האָסט געלערנט פֿילן, און שלאַפֿע הענט פֿלעגסטו שטאַרקן.
[4] דעם געשטרױכלטן פֿלעגן אױפֿשטעלן דײַנע רײד, און געבײגטע קני פֿלעגסטו פֿעסטיקן.
[5] אָבער אַצונד קומט עס צו דיר, װערסטו אָפּהענטיק, עס רירט דיך אָן, און װערסט דערשראָקן.
[6] איז נישט דײַן יִרְאַת דײַן בטחון, דײַן האָפֿענונג די ערלעכקײט פֿון דײַנע װעגן?
[7] דערמאָן זיך נאָר, װער איז אומשולדיק אונטערגעגאַנגען? און װוּ זײַנען רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרטיליקט געװאָרן?
[8] װעדליק איך האָב געזען, איז די װאָס אַקערן אומרעכט, און זײען אומגליק, זײ שנײַדן עס.
[9] פֿון דעם הױך פֿון אֱלוֹהַּ גײען זײ אונטער, און פֿון דעם אָטעם פֿון זײַן צאָרן װערן זײ פֿאַרלענדט.
[10] אַ געבריל פֿון לײב, אַ קֹול פֿון װילדלײב – אָבער די צײן פֿון די יונגלײבן װערן צעבראָכן;
[11] דער אַלטער לײב גײט אױס אָן שפּײַז, און די קינדער פֿון דער לײבינטע װערן צעשפּרײט.
[12] און צו מיר פֿלעגט אַ װאָרט זיך פֿאַרגנבֿען, און מײַן אױער האָט פֿאַרנומען אַ קװינט דערפֿון.
[13] אין געדאַנקען, פֿון זעונגען פֿון דער נאַכט, װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן,
[14] האָט מיך אַ פַּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש, און האָט אַלע מײַנע בײנער שױדערט.
[15] און אַ גײַסט פֿלעגט פֿאַר מײַן פּנים אַריבער; קאַפּױר שטעלן פֿלעגט עס די האָר פֿון מײַן לײַב.
[16] ער פֿלעגט שטײן, אָבער איך פֿלעג נישט דערקענען זײַן אָנבליק; אַ געשטאַלט איז געװען פֿאַר מײַנע אױגן; אַ שטילקײט און אַ שטים פֿלעג איך הערן:
[17] קען אַ מענטש פֿאַר אֱלוֹהַּ זײַן גערעכט? צי קען פֿאַר זײַן באַשעפֿער רײן זײַן אַ מאַן?
[18] זע, אין זײַנע קנעכט גלױבט ער נישט, און אין זײַנע מלאָכים מערקט ער אַ פֿאַרזע,
[19] הײַנט װי שױן די װױנער אין הײַזער פֿון לײם, װאָס זײער גרונט איז אין שטױב? מע צעדריקט זײ גלײַך װי אַ מאָיל.
[20] צװישן מאָרגן און אָװנט װערן זײ צעשטױסן, אומגעמערקט גײען זײ אונטער אױף אײביק.
[21] פֿאַר װאָר, אָפּגעריסן װערט זײער געצעלטשטריק בײַ זײ, זײ שטאַרבן, און אָן חכמה.