[1] װײסטו די צײַט װען די שטײנציגן געבערן? גיסטו אַכטונג װען די הינדינס האָבן װײען?
[2] צײלסטו די חדשים װען זײ דאַרפֿן דערפֿילן, און װײסטו די צײַט פֿון זײער געבערן?
[3] זײ קניִען, זײ לאָזן דורכברעכן זײערע קינדער, זײ װאַרפֿן אַרױס זײערע געבורטן.
[4] זײערע יונגע װערן שטאַרק, זײ װאַקסן אױפֿן פֿרײַען, זײ גײען אַװעק, און קערן זיך נישט אום צו זײ.
[5] װער האָט אַרױסגעלאָזט דעם װאַלדאײזל פֿרײַ, און די בינד פֿון דעם װילדאײזל װער האָט לױז געמאַכט,
[6] װאָס איך האָב געמאַכט דעם מדבר פֿאַר זײַן הױז, און זאַלציק לאַנד פֿאַר זײַנע װױנונגען?
[7] ער לאַכט פֿון דעם טומל פֿון שטאָט, ער הערט נישט קײן טרײַבערס געשרײען.
[8] די נישטערונג פֿון די בערג איז זײַן פֿיטערונג, און איטלעך גראָז זוכט ער נאָך.
[9] װעט דער װיזלטיר װעלן דיר דינען? צי װעט ער נעכטיקן בײַ דײַן קאָריטע?
[10] קענסטו צובינדן דעם װיזלטיר מיט זײַן שטריק צו דער בײַט? צי װעט ער בראָנעװען די טאָלן הינטער דיר?
[11] קענסטו זיך פֿאַרזיכערן אױף אים, װײַל זײַן כּוֹח איז גרױס, און איבערלאָזן אױף אים דײַן מי?
[12] קענסטו אים אָנטרױען, אַז ער װעט אָפּברענגען דײַן זאָמען, און אײַנזאַמלען די תּבֿואה פֿון דײַן דרעש-שײַער?
[13] דער פֿליגל פֿון שטרױספֿױגל קלאַפּט לוסטיק – צי איז דאָס דער פֿלעדער און פֿעדער פֿון שטאָרך?
[14] פֿאַר װאָר, זי לאָזט איבער צו דער ערד אירע אײַער, און אין שטױב לאָזט זי זײ אױסבריִען.
[15] און זי פֿאַרגעסט אַז אַ פֿוס קען זײ צעקװעטשן, און אַ חיה פֿון פֿעלד קען זײ צעטרעטן.
[16] זי איז האַרט צו אירע קינדער װי צו נישט אירע; אומנישט מעג זײַן איר מי, זי איז אָן אַנגסט,
[17] װאָרעם אֱלוֹהַּ האָט זי געמינערט פֿון חכמה, און איר נישט אײַנגעטײלט מיט שׂכל.
[18] אַצונד הײבט זי די פֿליגלען אין דער הײך, זי לאַכט פֿון פֿערד און פֿון זײַן רײַטער.
[19] גיסטו דעם פֿערד גבֿורה? באַקלײדסטו זײַן האַלדז מיט שטורעם?
[20] מאַכסטו אים שפּרינגען װי אַ הײשעריק? דער הילך פֿון זײַן הירזשען איז אַן אימה.
[21] ער גראַבלט אין טאָל, און פֿרײט זיך מיטן כּוֹח, ער גײט אַרױס דעם װאַפֿן אַנטקעגן.
[22] ער לאַכט פֿון אַנגסט, און װערט נישט דערשראָקן, און ער קערט נישט צוריק פֿאַר אַ שװערד.
[23] לעבן אים קלינגט דער פֿײַלבײַטל, דער פֿלאַמיקער שפּיז און די פּיקע.
[24] מיט רַעש און רוגזה שלינגט ער די ערד, און קען נישט אײַנשטײן בײַם קֹול פֿון אַ שופֿר.
[25] װי נאָר אַ שופֿר, זאָגט ער: אַהאַ! און פֿון װײַטן דערשמעקט ער מלחמה, דעם דונער פֿון די הױפּטלײַט און די שאַלונג.
[26] דורך דײַן שׂכל פֿליט דען דער שפּאַרבער, שפּרײט זײַנע פֿליגלען קײן דָרום?
[27] צי אױף דײַן באַפֿעל הײבט זיך אױף דער אָדלער, און מאַכט זײַן נעסט אין דער הײך?
[28] אױף אַ פֿעלדז רוט ער און װײַלט, אױף אַ שפּיץ פֿעלדז און אַ באַרגפֿעסטונג.
[29] פֿון דאָרטן קוקט ער אױס זײַן עסן, פֿון װײַטן זעען זײַנע אױגן.
[30] און זײַנע יונגע זופּן בלוט, און װוּ דערשלאָגענע דאָרטן איז ער.