Skip to content
Opens in a new window

[1] מײַן גײַסט איז צעװײטאָקט, מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן, דער קבֿר איז פֿאַר מיר.

[2] פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר, און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג.

[3] קער זיך צו, איך בעט דיך, זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן; װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן?

[4] װאָרעם זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל, צום ריכטיקן טוסטו זײ נישט דערהײבן.

[5] דער װאָס מסרט פֿון חניפֿה װעגן חבֿרים, אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער!

[6] יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט, און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן.

[7] און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע.

[8] די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער, און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט.

[9] און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג, און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט!

[10] איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער, און איך װעל נישט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך.

[11] מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען, מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן – די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן.

[12] נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ: נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער.

[13] אַז איך ריכט זיך אױף דער שְׁאֹול װי מײַן הײם, אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער,

[14] צום קבֿר רוף איך: ביסט מײַן פֿאָטער! מײַן מוטער און מײַן שװעסטער צום װאָרעם,

[15] הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג? יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען?

[16] צו די ריגלען פֿון שְׁאֹול װעט זי נידערן, װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען.

אִיובֿ — Chapters