[1] פֿאַר װאָס זײַנען נישט אָפּגעלײגט פֿון שַדַי באַשטימטע צײַטן, און די װאָס קענען אים, זעען נישט זײַנע טעג?
[2] גרענעצן פֿאַררוקט מען, אַ סטאַדע גזלט מען און מע פֿיטערט.
[3] דעם אײזל פֿון יתומים פֿירט מען אַװעק, מע נעמט אין משכּון דעם אָקס פֿון דער אַלמנה.
[4] מע שטױסט אַראָפּ אבֿיוֹנים פֿון װעג, באַהאַלטן מוזען זיך אַלע אָרימע פֿון לאַנד.
[5] זע, װי װילדע אײזלען אין מדבר, גײען זײ אַרױס צו זײער אַרבעט, זוכנדיק שפּײַז; די סטעפּ גיט אים ברױט פֿאַר די קינדער.
[6] אױפֿן פֿעלד שנײַדן זײ זײַן פֿוטער, און דעם װײַנגאָרטן פֿון רשע קלײַבן זײ אָפּ.
[7] נאַקעט נעכטיקן זײ, אָן אַ מלבוש און אָן אַ צודעק פֿון קעלט.
[8] פֿון דעם רעגנגוס פֿון די בערג װערן זײ דורכגענעצט, און אָן אַ שיצונג טוליען זײ זיך צום פֿעלדז.
[9] מע רױבט פֿון דער ברוסט דעם יתום, און בײַם אָרעמאַן נעמט מען אַ משכּון.
[10] נאַקעט גײען זײ, אָן אַ מלבוש, און הונגעריקע טראָגן זײ דעם גאַרב.
[11] צװישן די מױערן פֿון יענע, פּרעסן זײ אײל; קעלטערס טרעטן זײ און זײַנען דאָרשטיק.
[12] פֿון שטאָט קרעכצן די מענטשן, און די זעל פֿון גוססע שרײַט, און אֱלוֹהַּ מאַכט נישט קײן פֿאָרװוּרף.
[13] זײ זײַנען װידערשפּעניקער אָן ליכט, זײ קענען נישט זײַנע װעגן, און װײַלן נישט אױף זײַנע שטעגן.
[14] מיטן שײַן שטײט אױף דער מערדער, צו טײטן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון; און בײַ נאַכט איז ער װי אַ גנבֿ.
[15] און דאָס אױג פֿון נואף װאַרט אױף פֿאַרנאַכט, אַזױ צו זאָגן: מיך װעט נישט אָנזען אַן אױג; און אַ צודעק אױפֿן פּנים טוט ער אָן.
[16] זײ גראָבן אונטער אין דער פֿינצטער הײַזער, בײַ טאָג פֿאַרשליסן זײ זיך אײַן; זײ װײסן נישט פֿון ליכטיקײט,
[17] װאָרעם בײַ זײ אַלעמען איז טױטשאָטן פֿרימאָרגן, װײַל זײ זײַנען באַקאַנט מיט די שרעקענישן פֿון טױטשאָטן.
[18] ער גײט לײַכט אַװעק אױפֿן װאַסער; פֿאַרשאָלטן איז זײער חלק אױף דער ערד; ער פֿאַרקערט נישט אױפֿן װעג פֿון װײַנגערטנער.
[19] טריקעניש און היץ רױבן אַװעק שנײװאַסער; און שְׁאֹול – די װאָס האָבן געזינדיקט.
[20] דער טראַכט פֿאַרגעסט אָן אים, דער װאָרעם לאָבט זיך מיט אים, ער װערט מער נישט געדאַכט; און צעבראָכן װי אַ האָלץ װערט אומגערעכטיקײט.
[21] ער חבֿרט זיך מיט דער עקרה װאָס געבערט נישט; און די אַלמנה באַגיטיקט ער נישט.
[22] און ער שלעפּט אַראָפּ די מאַכטיקע מיט זײַן כּוֹח; ער שטײט אױף, און מע איז נישט זיכער מיטן לעבן.
[23] לאָזט אים אין זיכערקײט, ער זאָל זיך אָנלענען, אָבער זײַנע אױגן זײַנען אױף זײערע װעגן.
[24] זײ װערן דערהױבן אַ װײַלע, און שױן זײַנען זײ נישטאָ; יאָ, זײ װערן דערנידערט, װי אַלע װערן זײ אײַנגעזאַמלט, און װי אַ שפּיץ זאַנג װערן זײ אָפּגעשניטן.
[25] און אױב נישט אַזױ, דען, װער װיל מיר אָפּלײקענען, און מאַכן צו נישט מײַן װאָרט?