Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:

[2] זאָל דער פֿילרעדעװדיקער בלײַבן נישט געענטפֿערט? און צי זאָל דער ליפּנמענטש בלײַבן גערעכט?

[3] דײַנע פּלױדערײַען מאַכן מענטשן שװײַגן, און דו שפּאָטסט, און קײנער האַלט נישט פֿאָר.

[4] און דו זאָגסט: לױטער איז מײַן לערנונג, און רײן בין איך אין דײַנע אױגן.

[5] אָבער הלװאַי רעדט אֱלוֹהַּ, און עפֿנט זײַנע ליפּן מיט דיר,

[6] און דערצײלט דיר די פֿאַרבאָרגענישן פֿון קלוגשאַפֿט, װי פֿילפֿאַכיק די חכמה איז, און װאָלסט װיסן אַז אֱלוֹהַּ מאָנט פֿון דיר װינציקער װי דײַן זינד.

[7] װילסטו די דערפֿאָרשונג פֿון אֱלוֹהַּ געפֿינען? צי דעם ציל פֿון שַדַי געפֿינען?

[8] עס איז הױך װי די הימלען, װאָס קענסטו אױפֿטאָן? טיפֿער פֿון שְׁאֹול, װאָס קענסטו װיסן?

[9] לענגער פֿון דער ערד איז די מאָס דערפֿון, און ברײטער פֿון ים.

[10] אַז ער גײט פֿאַרבײַ און פֿאַרשליסט, אָדער ער זאַמלט אײַן, װער קען אים אָפּהאַלטן?

[11] װאָרעם ער װײס די פֿאַלשע לײַט, און ער זעט דאָס אומרעכט, אָן צו מאָל אַ קוק טאָן.

[12] אָבער דער פּוסטער מענטש װעט קריגן שׂכל, װען אַ יונגער װאַלדאײזל װעט איבערגעבאָרן װערן אין אַ מענטשן.

[13] אַז דו װעסט צוקערן דײַן האַרץ, און אױסשפּרײטן צו אים דײַנע הענט –

[14] אױב אומרעכט איז אין דײַן האַנט, דערװײַטער עס, און זאָלסט נישט לאָזן רוען אין דײַנע געצעלטן אַן עװלה –

[15] דענצמאָל װעסטו אױפֿהײבן דײַן פּנים אָן אַ פֿלעק, און װעסט פֿעסט זײַן, און נישט מורא האָבן.

[16] װאָרעם די מאַטערניש װעסטו פֿאַרגעסן; װי װאַסער װאָס איז אַװעק װעסטו עס דערמאָנען.

[17] און העלער װי מיטן טאָג װעט אױפֿשטײן דײַן לעבן, די פֿינצטערניש װעט װי דער מאָרגן װערן.

[18] און װעסט זײַן זיכער, װײַל האָפֿענונג איז דאָ, און װעסט זיך אַרומקוקן, און ליגן אין זיכערקײט.

[19] און װעסט הױערן, און קײנער װעט נישט שרעקן, און פֿיל װעלן זוכן דײַן לײַטזעליקײט.

[20] אָבער די אױגן פֿון די רשעים װעלן אױסגײן, און אַנטרינונג װעט זײַן פֿאַרלאָרן פֿון זײ, און זײער האָפֿענונג – אַן אױסהױכעניש פֿון דער נשמה.

אִיובֿ — Chapters