[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
[2] אמת יאָ, איר זײַט די לײַט, און מיט אײַך װעט אָפּשטאַרבן די חכמה!
[3] איך האָב אױך פֿאַרשטאַנדיקײט אַזױ װי איר, איך פֿאַל נישט אַראָפּ קעגן אײַך; און בײַ װעמען איז אַזױ װאָס נישטאָ?
[4] אַ געלעכטער בײַם חבֿר בין איך געװאָרן – דער װאָס האָט גערופֿן צו אֱלוֹהַּ, און ער האָט אים געענטפֿערט; אַ געלעכטער – דער גערעכטער, דער פֿרומער.
[5] דעם אומגליקלעכן קומט פֿאַראַכטונג, װעדליק די געדאַנקען פֿון דעם גליקלעכן, אַ שטױס – די װאָס זײער פֿוס גליטשט זיך אױס.
[6] בשלװה זײַנען די געצעלטן פֿון די רױבער, און אין זיכערקײט די װאָס דערצערענען אֵל, דער װאָס ברענגט זײַן אֱלוֹהַּ אין זײַן פֿױסט.
[7] אָבער פֿרעג אַקאָרשט די בהמות, און זײ װעלן דיך לערנען, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און ער װעט דיר זאָגן;
[8] אָדער רעד צו דער ערד, און זי װעט דיך לערנען, און דיר װעלן דערצײלן די פֿישן פֿון ים.
[9] װער צװישן אַלע דאָזיקע װײס נישט, אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געמאַכט?
[10] אַז אין זײַן האַנט איז די זעל פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און דער גײַסט פֿון יעטװעדער מענטשנס לײַב.
[11] דאַרף נישט דאָס אױער פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט זײַן שפּײַז?
[12] איז בײַ גרײַזן די חכמה, און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט? –
[13] בײַ אים איז חכמה און גבֿורה, ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט.
[14] זע, ער צעשטערט, און עס װערט נישט אָפּגעבױט, ער פֿאַרשליסט אַ מענטשן, און עס װערט נישט געעפֿנט.
[15] זע, ער פֿאַרהאַלט װאַסערן, און זײ װערן אױסגעטריקנט, און ער שיקט זײ אַרױס, און זײ קערן איבער די ערד.
[16] בײַ אים איז מאַכט און קלוגשאַפֿט, זײַנער איז אי דער פֿאַרפֿירטער אי דער פֿאַרפֿירער.
[17] ער מאַכט אומגײן די יוֹעצים באַנומענע, און די ריכטער באַנאַרישט ער.
[18] די מוסר פֿון די מלכים מאַכט ער לױז, און אױף זײערע לענדן בינדט ער אַ שטריקגאַרטל.
[19] ער מאַכט אומגײן די כּהנים באַנומענע, און די מאַכטיקע פֿאַרדרײט ער.
[20] ער נעמט אָפּ דעם לשון בײַ די באַרעדעװדיקע, און דעם שׂכל פֿון די זקנים נעמט ער אַװעק.
[21] ער גיסט פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און דעם אָנגורט פֿון די שטאַרקע מאַכט ער לױז.
[22] ער אַנטפּלעקט טיפֿענישן פֿון דער פֿינצטער, און ברענגט אַרױס אין ליכט דעם שאָטן פֿון טױט.
[23] ער דערהײכט די פֿעלקער, און ברענגט זײ אונטער, ער שפּרײט אױס די פֿעלקער, און פֿירט זײ אַװעק.
[24] ער טוט אָפּ דעם שׂכל פֿון די הױפּטלײַט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטעניש אָן אַ װעג.
[25] זײ טאַפּן אין חושך אָן ליכט, און ער מאַכט זײ װאַקלען װי אַ שיכּורער.