[1] יאָ, פֿאַראַן אַ גרעבערײַ פֿאַר זילבער, און אַן אָרט װוּ גאָלד טוט מען לײַטערן.
[2] אײַזן װערט פֿון דער ערד גענומען, און פֿון שטײן שמעלצט מען קופּער.
[3] דער מענטש מאַכט אַ סוף צו פֿינצטערניש, און ביז יעטװעדער עק פֿאָרשט ער אױס שטײנער פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן.
[4] ער ברעכט אַ שאַכט װײַט פֿון אַ באַװױנער; פֿאַרגעסן פֿון אַ פֿאַרבײַגײערס פֿוס; אָפּגעצערט, װײַט פֿון מענטשן װאַנדערן זײ.
[5] די ערד, פֿון איר קומט אַרױס ברױט, אָבער אונטער איר איז איבערגעקערט װי פֿון פֿײַער.
[6] דער אָרט פֿון סאַפּיר זײַנען אירע שטײנער, און שטױבן פֿון גאָלד זײַנען דערין.
[7] דעם שטעג, אים װײס נישט קײן רױבפֿױגל, און נישט אָנגעקוקט האָט אים דאָס אױג פֿון אַ פֿאַלק.
[8] נישט באַטרעטן האָבן אים חיות שטאָלצע, נישט געשפּרײַזט האָט אױף אים דער לײב.
[9] צום קיזלשטײן שטרעקט ער אױס זײַן האַנט, ער קערט אום פֿון װאָרצל די בערג.
[10] אין פֿעלדזן האַקט ער גראָבנס, און אַל דאָס טײַערסטע קוקט אָן זײַן אױג.
[11] פֿלוסן פֿאַרבינדט ער נישט צו רינען, און פֿאַרבאָרגנס ברענגט ער אַרױס אין ליכט.
[12] אָבער די חכמה פֿון װאַנען קען געפֿונען װערן, און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?
[13] קײן מענטש װײס נישט איר װערדע, און זי געפֿינט זיך נישט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
[14] דער תּהום זאָגט: נישט אין מיר; און דער ים זאָגט: נישט בײַ מיר.
[15] פֿאַר איר קען נישט געגעבן װערן פֿײַנגאָלד, און זילבער קען נישט געװױגן װערן פֿאַר איר מקח.
[16] זי קען נישט אָפּגעשאַצט װערן מיט אוֹפֿיר-גאָלד, מיט טײַערן אָניקל און סאַפּירשטײן.
[17] גאָלד און גלאָז זײַנען נישט איר גלײַכן, און כּלים פֿון גינגאָלד איר אױסבײַט.
[18] אַבֿנים טובֿות און קריסטאָל דאַרפֿן נישט דערמאָנט װערן, און מער פֿון קאַרעלן איז דער באַטרעף פֿון חכמה.
[19] טאָפּאַז פֿון כּוּש איז נישט איר גלײַכן, מיט רײנעם גאָלד קען זי נישט אָפּגעשאַצט װערן.
[20] טאָ פֿון װאַנען קומט די חכמה? און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?
[21] אַז זי איז פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון יעטװעדער לעבעדיקן, און פֿון פֿױגל פֿון הימל איז זי פֿאַרבאָרגן.
[22] אונטערגאַנג און טױט זאָגן: מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט איר הערונג.
[23] אלֹקים פֿאַרשטײט איר װעג, און ער װײס איר אָרט.
[24] װאָרעם ער קוקט ביז די עקן ערד, אונטערן גאַנצן הימל זעט ער.
[25] װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן װינט אַ װאָג, און װאַסערן מאַרקירט מיט אַ מאָס,
[26] װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן רעגן אַ געזעץ, און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער,
[27] דענצמאָל האָט ער זי געזען און זי באַרעכנט, זי אױפֿגעשטעלט און אױך זי אױסגעפֿאָרשט.
[28] און ער האָט געזאָגט צום מענטשן: זע, מורא פֿאַר אֲדֹנָי דאָס איז חכמה, און זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס איז פֿאַרשטאַנדיקײט.