Skip to content
Opens in a new window

[1] דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ, האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס.

[2] װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן, און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט נישט.

[3] און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן? און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?

[4] װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן? קײן אײנער נישט.

[5] אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן, די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר, גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען נישט אַריבער,

[6] קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו, ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג.

[7] װאָרעם פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג; אַז ער װערט אָפּגעשניטן, באַנײַט ער זיך װידער, און זײַן שפּראָץ הערט נישט אױף.

[8] אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל, און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם,

[9] פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף, און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג.

[10] אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק, און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?

[11] װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים, און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;

[12] און דער מענטש לײגט זיך און שטײט נישט אױף; ביז קײן הימל װעט נישט זײַן װעלן זײ זיך נישט אױפֿכאַפּן, און נישט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף.

[13] װען דו װאָלסט מיך אין שְׁאֹול באַהאַלטן, מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן, מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –

[14] אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? – אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרט ביז מײַן אױסבײַט װעט קומען.

[15] װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט, װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט.

[16] אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט, װאַרטסט צו מאָל נישט אױף מײַן חטא.

[17] פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך, און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד.

[18] יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך, און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;

[19] װאַסער צערײַבט שטײנער, אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד; אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן.

[20] שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט, פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק.

[21] זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס נישט, און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ נישט.

[22] נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים, און זײַן זעל טרױערט אױף אים.

אִיובֿ — Chapters