[1] און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:
[2] אַזױ װי עס לעבט אֵל װאָס האָט צוגענומען מײַן רעכט, און דער פֿון שַדַי װאָס האָט פֿאַרביטערט מײַן זעל,
[3] אַז אױב כּל-זמן מײַן אָטעם איז אין מיר, און דער הױך פֿון אֱלוֹהַּ אין מײַן נאָז,
[4] אױב מײַנע ליפּן װעלן רעדן אומרעכט, און אױב מײַן צונג װעט אַרױסלאָזן באַטרוג!
[5] חלילה מיר, אַז איך זאָל אײַך געבן גערעכט! ביז איך װעל אױסגײן װעל איך נישט לאָזן אָפּנעמען מײַן ערלעכקײט פֿון מיר.
[6] אָן מײַן גערעכטיקײט האַלט איך זיך און װעל זי נישט אָפּלאָזן; מײַן האַרץ האָט פֿון מײַן לעבטאָג אָן מיר נישט פֿאָרצוּװאַרפֿן.
[7] זאָל װערן פֿון מײַן פֿײַנט װי פֿון רשע, און פֿון מײַן קעגנשטײער װי פֿון דעם פֿאַרברעכער!
[8] װאָרעם װאָס איז די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן, אַז ער האַװעט, אױב אֱלוֹהַּ נעמט אַװעק זײַן זעל?
[9] װעט אֵל הערן זײַן געשרײ, אַז אױף אים װעט קומען אַ צרה?
[10] צי קען ער זיך קװיקן מיטן פֿון שַדַי, רופֿן צו אֱלוֹהַּ אין יעטװעדער צײַט?
[11] איך װעל אײַך לערנען װעגן דער האַנט פֿון אֵל, װאָס איז בײַם פֿון שַדַי װעל איך נישט פֿאַרהױלן.
[12] אָט האָט איר אַלע געזען, און פֿאַר װאָס דען פּלױדערט איר נישטיקס?
[13] דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן בײַ אֵל, און די אַרב װאָס די געװאַלטטוער קריגן פֿון שַדַי.
[14] אױב זײַנע קינדער מערן זיך, איז דאָס פֿאַרן שװערד, און זײַנע שפּראָצן װעלן נישט האָבן ברױט צו זאַט.
[15] די װאָס בלײַבן פֿון אים װעלן פֿון פּעסט באַגראָבן װערן, און זײַנע אַלמנות װעלן צו מאָל נישט באַװײנען.
[16] אַז ער זאָל אָנזאַמלען װי שטױב זילבער, און װי לײם אָנגרײטן מלבושים,
[17] װעט ער אָנגרײטן, און דער גערעכטער װעט אָנטאָן, און מיטן זילבער װעלן די אומשולדיקע זיך טײלן.
[18] ער בױט װי אַ מאָיל זײַן הױז, און װי אַ בײַדל װאָס דער װעכטער מאַכט.
[19] ער לײגט זיך אַן עושר, און שױן איז נישטאָ װאָס אױפֿצוקלײַבן, ער עפֿנט זײַנע אױגן, און עס איז נישטאָ.
[20] װי װאַסערן יאָגן אים אָן שרעקענישן, איבער נאַכט גנבֿעט אים אַװעק אַ שטורעם.
[21] דער מזרח-װינט הײבט אים אױף, אַז ער מוז גײן, און ער שטורעמט אים אַװעק פֿון זײַן אָרט.
[22] און ער שלײַדערט אױף אים און דערבאַרעמט זיך נישט; לױפֿנדיק װאָלט ער אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַנט.
[23] מע פּאַטשט איבער אים די הענט, און מע שמוצערט אױף אים פֿון זײַן אָרט.