[1] האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:
[2] ברענגט דען דער מענטש אַ נוץ אֵל? נײַערט זיך אַלײן ברענגט אַ נוץ דער פֿאַרשטאַנדיקער.
[3] האָט שַדַי אַ טובֿה אַז דו ביסט אַ צדיק? אָדער אַ געװין אַז דו ביסט ערלעך אין דײַנע װעגן?
[4] צי װעגן דײַן יִרְאַת שטראָפֿט ער דיך, און גײט צום משפּט מיט דיר?
[5] איז נישט דײַן שלעכטיקײט גרױס, און אָן אַ שיעור דײַנע זינד?
[6] װאָרעם פֿלעגסט נעמען אַ משכּון בײַ דײַנע ברידער אומזיסט, און די בגדים פֿון די נאַקעטע פֿלעגסטו אױסטאָן.
[7] אַ טרונק װאַסער דעם פֿאַרשמאַכטן פֿלעגסטו נישט געבן, און פֿון דעם הונגעריקן פֿלעגסטו פֿאַרמײַדן ברױט.
[8] יאָ, דעם מאַן מיטן אָרעם, אים געהערט די ערד, און דער אָנגעזעענער, ער מעג װױנען אױף איר.
[9] אַלמנות האָסטו אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן, און די אָרעמס פֿון יתומים פֿלעגן צעדריקט װערן.
[10] דערום זײַנען נעצן רונד אַרום דיר, און דיך שרעקט אַ פּלוצימדיקער פַּחד,
[11] אָדער אַ פֿינצטערניש, אַז דו קענסט נישט זען, און אַ פֿלײצונג װאַסער פֿאַרדעקט דיך.
[12] פֿאַר װאָר, אֱלוֹהַּ איז אין דער הײך פֿון די הימלען, און זע, די העכסטע שטערן װי דערהױבן זײ זײַנען;
[13] און דו זאָגסט: װאָס װײס אֵל? צי קען ער דורכן נעבל משפּטן?
[14] װאָלקנס זײַנען אים אַ פֿאַרבאָרגעניש, און ער זעט נישט, און איבער דעם צירקל פֿון הימל גײט ער אום.
[15] װילסטו אָנהאַלטן דעם אַלטן װעג, װאָס די לײַט פֿון אומרעכט האָבן געטרעטן?
[16] די װאָס זײַנען אײַנגעגאַנגען פֿאַר דער צײַט, װאָס זײער גרונטפֿעסט איז װי אַ טײַך צערונען געװאָרן;
[17] די װאָס האָבן געזאָגט צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז! און װאָס קען זײ טאָן שַדַי?
[18] בעת ער האָט אָנגעפֿילט זײערע הײַזער מיט גוטס – יאָ, די טראַכטונג פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר. –
[19] די גערעכטע האָבן געזען, און זיך געפֿרײט, און דער אומשולדיקער האָט געשפּעט פֿון זײ:
[20] פֿאַר װאָר, פֿאַרטיליקט געװאָרן איז זײער באַשטאַנד, און זײער שפֿע האָט פֿאַרצערט דאָס פֿײַער.
[21] באַקען זיך נאָר מיט אים, און זײַ אין פֿריד – דורך דעם װעט דיר אָנקומען גוטס.
[22] נעם נאָר צו לערנונג פֿון זײַן מױל, און טו אַרײַן זײַנע װערטער אין דײַן האַרצן.
[23] אַז דו װעסט זיך אומקערן צום שַדַי, װעסטו אױפֿגעריכט װערן – אַז דו װעסט דערװײַטערן אומרעכט פֿון דײַנע געצעלטן.
[24] און װאַרף אין שטױב דאָס גאָלדאַרץ, און צװישן געשטײן פֿון די טאָלן דאָס אוֹפֿיר-גאָלד;
[25] און שַדַי זאָל זײַן דײַן גאָלדאַרץ, און קרוּװעס זילבער בײַ דיר.
[26] װאָרעם דענצמאָל װעסטו מיטן שַדַי זיך קװיקן, און װעסט אױפֿהײבן צו אֱלוֹהַּ דײַן פּנים.
[27] װעסט בעטן צו אים, און ער װעט דיך צוהערן, און דײַנע נדרים װעסטו באַצאָלן.
[28] און װעסט באַשליסן אַ זאַך, און זי װעט דיר צו שטאַנד קומען, און אױף דײַנע װעגן װעט שײַנען אַ ליכטיקײט.
[29] אַז מע האָט דיך דערנידערט, האָסטו געזאָלט זאָגן: עס איז אַ דערהײבונג; װאָרעם ער העלפֿט דעם װאָס האַלט נידעריק די אױגן.
[30] װוּ אַן אומשולדיקן מאַכט ער אַנטרינען, און װעסט אַנטרונען װערן דורך דער רײנקײט פֿון דײַנע הענט.