Skip to content
Opens in a new window

[1] חכמה האָט אױפֿגעבױט איר הױז, אױסגעהאַקט אירע זיבן זײַלן.

[2] זי האָט געשאָכטן איר שעכטונג, געמישט איר װײַן, אױך געגרײט איר טיש.

[3] זי שיקט אירע מײדלעך, זי רופֿט אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט:

[4] װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער; װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:

[5] קומט עסט פֿון מײַן ברױט, און טרינקט פֿון דעם װײַן װאָס איך האָב געמישט.

[6] פֿאַרלאָזט נאַרישקײטן, כּדי איר זאָלט לעבן, און טרעט אין װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.

[7] דער װאָס מוסערט דעם שפּעטער נעמט זיך שאַנד, און דער װאָס שטראָפֿט דעם רשע – טאַדל אױף זיך.

[8] זאָלסט נישט שטראָפֿן דעם שפּעטער, װאָרעם ער װעט דיך פֿײַנט קריגן, שטראָף דעם קלוגן, און ער װעט דיך ליב קריגן.

[9] גיב דעם קלוגן, און ער װעט נאָך קליגער װערן, לערן דעם גערעכטן, און ער װעט מערן לערנונג. –

[10] דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳, און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.

[11] װאָרעם דורך מיר װעלן געמערט װערן דײַנע טעג, און יאָרן פֿון לעבן װעט מען דיר צולײגן.

[12] אױב דו ביסט קלוג, ביסטו קלוג פֿאַר זיך, און ביסטו אַ שפּעטער, װעסטו אַלײן לײַדן.

[13] די װײַבספּאַרשױן נאַרישקײט ליאַרעמט; לױטער לײַכטזיניקײט און װײס גאָרנישט.

[14] און זי זיצט בײַם אײַנגאַנג פֿון איר הױז, אױף אַ שטול אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט,

[15] צו רופֿן די פֿאַרבײַגײער װאָס גײען אױף זײערע גלײַכע װעגן:

[16] װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער; און װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:

[17] געגנבֿעט װאַסער איז זיס, און פֿאַרבאָרגן ברױט איז געשמאַק.

[18] און ער װײס נישט אַז מתים זײַנען דאָרטן, אין די טיפֿענישן פֿון שְׁאֹול זײַנען אירע געסט.

מִשְׁלֵי — Chapters