Skip to content
Opens in a new window

[1] אַז דו זעצסט זיך עסן מיט אַ געװעלטיקער, זאָלסטו גוט פֿאַרשטײן װעמען דו האָסט פֿאַר דיר;

[2] װאָרעם דו שטעקסט זיך אַרײַן אַ מעסער אין דער קעל, אױב דו ביסט אַ מענטש אַ פֿרעסער.

[3] זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים, װאָרעם דאָס איז פֿאַלשע שפּײַז.

[4] זאָלסטו זיך נישט מאַטערן צו װערן רײַך; פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס.

[5] הײבסט אױף דײַנע אױגן דערױף, און שױן איז עס נישטאָ; װאָרעם מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך, װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.

[6] זאָלסט נישט עסן דאָס ברױט פֿון דעם װאָס האָט אַ בײז אױג, און זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים;

[7] װאָרעם עס איז אַזױ װי ער װאָלט אױסרעכענען בײַ זיך; עס און טרינק! זאָגט ער צו דיר, אָבער זײַן האַרץ איז נישט מיט דיר.

[8] דײַן ביסן װאָס דו האָסט אױפֿגעגעסן, װעסטו אױסברעכן, און האָסט אומזיסט אױסגעבראַכט דײַנע זיסע רײד.

[9] אין די אױערן פֿון דעם נאַרן זאָלסטו נישט רעדן, װאָרעם ער װעט פֿאַראַכטן דעם שׂכל פֿון דײַנע װערטער.

[10] זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן, און אין די פֿעלדער פֿון יתומים זאָלסטו נישט אַרײַנגײן;

[11] װאָרעם זײער אױסלײזער איז שטאַרק, ער װעט זיך אָננעמען זײער קריג אַקעגן דיר.

[12] לײג צו דײַן האַרץ צו מוסר, און דײַנע אױערן צו װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.

[13] זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן שטראָף פֿון דעם ייִנגל; אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער נישט שטאַרבן.

[14] דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, און װעסט מציל זײַן זײַן זעל פֿון דער שְׁאֹול.

[15] מײַן זון, אַז דײַן האַרץ װעט זײַן קלוג, װעט אױך מײַן האַרץ זיך פֿרײען.

[16] און מײַנע נירן װעלן אָנקװעלן, אַז דײַנע ליפּן װעלן רעדן די ריכטיקײט.

[17] זאָל דײַן האַרץ נישט מקנא זײַן די זינדיקע, נאָר בלױז די מורא פֿאַר ה׳ אַ גאַנצן טאָג.

[18] װאָרעם פֿאַר װאָר, עס איז דאָ אַ לעצט, און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.

[19] הער צו, זון מײַנער, און װער קלוג, און פֿיר אױפֿן װעג דײַן האַרץ.

[20] זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס זױפֿן װײַן, פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;

[21] װאָרעם אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט. און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿערײַ.

[22] הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן, און זאָלסט נישט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט.

[23] קױף אמת, און זאָלסט עס נישט פֿאַרקױפֿן – חכמה, און מוסר, און פֿאַרשטאַנדיקײט.

[24] קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק, און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים.

[25] זאָל זיך פֿרײען דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און זאָל קװעלן דײַן געװינערין.

[26] גיב מיר, מײַן זון, דײַן האַרץ, און דײַנע אױגן זאָלן היטן מײַנע װעגן.

[27] װאָרעם אַ טיפֿער גראָבן איז אַ זוֹנה, און אַן ענגע גרוב איז די פֿרעמדע.

[28] דערצו לױערט זי װי אַ רױבער, און מערט פֿעלשער צװישן די מענטשן.

[29] בײַ װעמען איז אױ? בײַ װעמען איז װײ? בײַ װעמען קריג? בײַ װעמען קלאָג? בײַ װעמען אומזיסטיקע װוּנדן? בײַ װעמען רױטע אױגן?

[30] בײַ די װאָס שפּעטיקן זיך בײַם װײַן, בײַ די װאָס קומען פֿאַרזוכן דעם מישטראַנק.

[31] זאָלסט נישט קוקן אױפֿן װײַן װי ער רױטלט זיך, װי ער שפּיגלט אין כָּוס זײַן פֿאַרב, װי ער גליטשט זיך גלאַטיק אַראָפּ.

[32] אין זײַן סוף װעט ער װי אַ שלאַנג אײַנבײַסן, און װי אַ נאָטער װעט ער פֿאַרגיפֿטן.

[33] דײַנע אױגן װעלן זען פֿרעמדע זאַכן, און דײַן האַרץ װעט רעדן פֿאַרקערטקײט;

[34] און װעסט זײַן װי אײנער װאָס ליגט אין מיטן ים, אָדער װי אײנער װאָס ליגט אױף אַ שפּיץ מאַסט.

[35] זײ האָבן מיך געשלאָגן, און מיר האָט נישט װײ געטאָן, זײ האָבן מיך צעקלאַפּט, און איך האָב נישט געשפּירט; װען ניכטער איך זיך אױס, װעל איך עס נאָך װידער זוכן.

מִשְׁלֵי — Chapters