Skip to content
Opens in a new window

[1] דער װאָס האָט ליב װיסן, האָט ליב מוסר, אָבער דער פֿאַרגרעבטער האָט פֿײַנט שטראָף.

[2] דער גוטער קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳, אָבער דעם מאַן מיט בײזע געדאַנקען פֿאַרמשפּט ער.

[3] קײן מענטש קען נישט באַשטײן דורך שלעכטס, אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים רירט זיך נישט.

[4] אַן אֵשֶת-חיל איז די קרױן פֿון איר מאַן, און װי אַ פֿױלונג אין זײַנע בײנער איז אַ טױגעניכטס.

[5] די מחשבֿות פֿון די צדיקים זײַנען גערעכטיקײט, די תּחבוּלות פֿון די רשעים זײַנען באַטרוג.

[6] די רײד פֿון די רשעים זײַנען צו לױערן אױף בלוט, אָבער דאָס מױל פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל.

[7] די רשעים װערן איבערגעקערט, און זײ זײַנען נישטאָ, אָבער דאָס הױז פֿון די צדיקים װעט באַשטײן.

[8] װעדליק זײַן שׂכל װערט אַ מענטש געלױבט, און דער װאָס האָט אַ פֿאַרדרײט האַרץ, װערט צו שפּאָט.

[9] בעסער דער װאָס איז גרינגגעשאַצט און האָט אַ קנעכט, אײדער דער װאָס שטעלט זיך פֿאַר אַ ניכבד, און אים פֿעלט ברױט.

[10] דער גערעכטער קימערט זיך אום דעם לעבן פֿון זײַן בהמה, און דאָס האַרץ פֿון די רשעים איז אומדערבאַרעמדיק.

[11] דער װאָס באַאַרבעט זײַן ערד, האָט ברױט צו זאַט, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן, איז אָן שׂכל.

[12] דער רשע גלוסט דאָס געפֿאַנג פֿון די שלעכטע, אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים ברענגט אײַן.

[13] אין אַ פֿאַרזע פֿון די ליפּן איז אַ שטרױכלונג פֿאַרן שלעכטן, אָבער דער צדיק קומט אַרױס פֿון אַ צרה.

[14] פֿון דער פֿרוכט פֿון מענטשנס מױל װעט ער זיך זעטן מיט גוטס, און די טוּונג פֿון אַ מענטשנס הענט װעט מען אים אומקערן.

[15] דער װעג פֿון דעם נאַרן איז גלײַך אין זײַנע אױגן, אָבער דער חכם הערט צו אַן עצה.

[16] דעם נאַרנס ערגערניש װערט באַקאַנט אין אײגענעם טאָג, אָבער דער קלוגער פֿאַרדעקט די שאַנד.

[17] דער װאָס אָטעמט מיט אמת, װעט דערװײַזן די ריכטיקײט, אָבער דער פֿאַלשער עדות איז אַן אָפּנאַר.

[18] פֿאַראַן דער װאָס פּלאַפּלט װי שטעך פֿון אַ שװערד, אָבער די צונג פֿון די קלוגע איז אַ הײלונג.

[19] די ליפּ פֿון אמת װעט באַשטײן אױף אײביק, אָבער אױף אַ רגע איז די צונג פֿון ליגן.

[20] אָפּגענאַרט װערט דאָס האַרץ פֿון די װאָס טראַכטן בײז, אָבער בײַ די װאָס באַראָטן פֿריד, איז אַ פֿרײד.

[21] דעם צדיק װעט נישט אײַנפֿאַלן קײן שום אומרעכט, אָבער די רשעים זײַנען פֿול מיט בײז.

[22] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען ליגנערישע ליפּן, און זײַן רָצון, די װאָס באַגײען זיך װאָרהאַפֿטיק.

[23] אַ קלוגער מענטש פֿאַרדעקט די קענשאַפֿט, אָבער דאָס האַרץ פֿון די נאַרן רופֿט אױס די טיפּשות.

[24] די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן, און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז.

[25] איז דאָ אַ זאָרג אין עמיצנס האַרצן, זאָל מען זי פֿאַרדריקן, װאָרעם אַ גוט װאָרט מאַכט זי פֿרײלעך.

[26] דער צדיק געפֿינט אױס פֿון זײַן חבֿר, און דער װעג פֿון די רשעים פֿאַרפֿירט זײ.

[27] דער אָפּגעלאָזטער װעט נישט כאַפּן זײַן פֿאַנג, און דאָס טײַערסטע גוטס פֿון אַ מענטשן איז פֿלײַסיק זײַן.

[28] אין דעם שטעג פֿון גערעכטיקײט איז לעבן, און אױפֿן שליאַך פֿון איר װעג איז נישטאָ קײן טױט.

מִשְׁלֵי — Chapters