Skip to content
Opens in a new window

[1] דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן, אָבער פֿון ה׳ איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.

[2] אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן זײַנען רײן אין זײַנע אױגן, אָבער ה׳ פֿאָרשט די גײַסטער.

[3] לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳, און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

[4] אַלץ האָט ה׳ געמאַכט פֿאַר זײַן צװעק, און אױך דעם רשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז.

[5] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז איטלעכער װאָס האָט אַ האָפֿערדיק האַרץ; נאַ דיר מײַן האַנט! אים װעט נישט געשאָנקען װערן.

[6] דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן, און דורך מורא פֿאַר ה׳ קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס.

[7] אַז ה׳ באַװיליקט די װעגן פֿון אַ מענטשן, מאַכט ער אַפֿילו זײַנע פֿײַנט שלום מיט אים.

[8] בעסער װינציק דורך גערעכטיקײט, אײדער פֿיל הכנָסות דורך אומרעכט.

[9] דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג, אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.

[10] אַ כּישוף איז אױפֿן מלכס ליפּן, זײַן מױל פֿעלשט נישט בײַם משפּט.

[11] ריכטיקע װאָג און װאָגשאָלן זײַנען פֿון ה׳, זײַן װערק זײַנען אַלע װאָגשטײנער פֿון בײַטל.

[12] אַן אומװערדיקײט בײַ מלכים איז טאָן שלעכטס, װאָרעם דורך גערעכטיקײט באַשטײט דער טראָן.

[13] דער רָצון פֿון מלכים איז אױף ריכטיקע ליפּן, און דעם װאָס רעדט די ריכטיקײט האָבן זײ ליב.

[14] דער גרימצאָרן פֿון מלך איז אַ מלאך-המות, אָבער אַ קלוגער מאַן שטילט אים אײַן.

[15] אין שײַן פֿון מלכס פּנים איז לעבן, און זײַן גוטװיליקײט איז װי אַ װאָלקן פֿון שפּעטרעגן.

[16] װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד! און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.

[17] דער שטעג פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זיך אָפּצוקערן פֿון שלעכטס, דער װאָס היט זײַן זעל, פּאַסט אױף זײַן װעג.

[18] פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ, און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל, אַ האָפֿערדיק געמיט.

[19] בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע, אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.

[20] דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס, און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אַז װױל איז צו אים!

[21] מיטן קלוגהאַרציקן טרעפֿט זיך דער פֿאַרשטאַנדיקער, און זיסקײט פֿון די ליפּן מערט לערנונג.

[22] שׂכל איז אַ קװאַל פֿון לעבן פֿאַר דעם װאָס האָט עס, און נאַרישקײט איז אַ שטראָף פֿאַרן נאַרן.

[23] דאָס האַרץ פֿון דעם חכם מאַכט קלוג זײַן מױל, און מערט לערנונג אױף זײַנע ליפּן.

[24] האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד, זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.

[25] פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גלײַך בײַם מענטשן, און זײַן סוף זײַנען װעגן פֿון טױט.

[26] דער הונגער פֿון אַרבעטער אַרבעט אין אים, װאָרעם זײַן מױל טרײַבט אים אָן.

[27] דער נידערטרעכטיקער מענטש גראָבט אױס בײז, און אױף זײַן ליפּ איז װי אַ בראַנדפֿײַער.

[28] דער מענטש פֿון פֿאַרקערטקײט מאַכט אָן קריג, און דער אונטערהעצער צעשײדט גוטע פֿרײַנט.

[29] דער מאַן פֿון אומרעכט רעדט אָן זײַן חבֿר, און פֿירט אים אױפֿן נישט גוטן װעג.

[30] דער װאָס דריקט-צו די אױגן, איז דאָס אױסצוקלערן פֿאַרקערטקײט; דער װאָס בײַסט די ליפּן, װיל אױספֿירן שלעכטס.

[31] אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ; אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.

[32] בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן אײדער אַ גיבור, און דער װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט, אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.

[33] אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל, אָבער פֿון ה׳ איז זײַן יעטװעדער באַשײד.

מִשְׁלֵי — Chapters