[1] מײַן זון, אַז דו װעסט אָננעמען מײַנע װערטער, און מײַנע געבאָט װעסטו באַהאַלטן בײַ זיך,
[2] צוצולײגן צו חכמה דײַן אױער, נײַגן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטאַנדיקײט;
[3] נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן, צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן דײַן קֹול;
[4] אַז דו װעסט זי זוכן װי זילבער, און װי נאָך אוֹצרות זי פֿאָרשן;
[5] דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר ה׳, און דערקענונג פֿון אלֹקים װעסטו געפֿינען.
[6] װאָרעם ה׳ שענקט חכמה, פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.
[7] ער באַהאַלט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הילף, אַ שילד פֿאַר די װאָס גײען מיט ערלעכקײט,
[8] אױפֿצופּאַסן די שטעגן פֿון גערעכטיקײט, און די װעגן פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער.
[9] דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן גערעכטיקײט און רעכט און יושר – יעטװעדער גוטן װעג.
[10] װאָרעם חכמה װעט קומען אין דײַן האַרצן, און װיסן װעט זײַן זיס פֿאַר דײַן זעל.
[11] קלוגשאַפֿט װעט אױפֿפּאַסן אױף דיר, פֿאַרשטאַנדיקײט װעט דיך באַהיטן;
[12] דיך מציל צו זײַן פֿון דעם שלעכטן װעג, פֿון די לײַט װאָס רעדן פֿאַרקערטקײט;
[13] װאָס פֿאַרלאָזן די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט, צו גײן אין די װעגן פֿון פֿינצטערניש;
[14] װאָס פֿרײען זיך צו טאָן בײז, װאָס קװעלן פֿון בײזער פֿאַרקערטקײט;
[15] װאָס זײערע װעגן זײַנען קרום, און װאָס זײַנען פֿאַרדרײט אין זײערע גענג.
[16] כּדי דיך מציל צו זײַן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ, פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד;
[17] װאָס פֿאַרלאָזט דעם האַר פֿון איר יוגנט, און דעם ברית פֿון איר אלֹקים האָט זי פֿאַרגעסן;
[18] װאָרעם איר הױז נידערט צום טױט, און אירע שטעגן צו די מתים;
[19] אַלע װאָס קומען צו איר, קערן זיך נישט אום, און דערגרײכן נישט די װעגן פֿון לעבן.
[20] כּדי זאָלסט גײן אין דעם װעג פֿון די גוטע, און די שטעגן פֿון די גערעכטע זאָלסטו אָפּהיטן.
[21] װאָרעם די רעכטפֿאַרטיקע װעלן באַװױנען דאָס לאַנד, און די אומשולדיקע װעלן בלײַבן דערין.
[22] אָבער די רשעים װעלן פֿאַרשניטן װערן פֿון לאַנד, און די פֿעלשער װעלן אַרױסגעריסן װערן פֿון איר.