Skip to content
Opens in a new window

[1] זאָלסט זיך נישט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג, װאָרעם דו װײסט נישט װאָס דער טאָג װעט געבערן.

[2] זאָל דיך לױבן אַן אַנדערער, און נישט דײַן מױל, אַ פֿרעמדער, און נישט דײַנע ליפּן.

[3] שװער איז שטײן, און אַ משׂא איז זאַמד, אָבער דער כּעס פֿון אַ נאַרן איז שװערער פֿון זײ בײדן.

[4] אומדערבאַרעמדיק איז גרימצאָרן, און אַ פֿלײצונג איז כּעס, אָבער װער קען באַשטײן פֿאַר קנאה?

[5] בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרף אײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט.

[6] געטרױלעך זײַנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿרײַנט, און צו לאַסט זײַנען די קושן פֿון אַ שׂונא.

[7] אַ זאַטע זעל טרעט אױף האָניקזאַפֿט, און אַ הונגעריקער זעל איז איטלעך ביטערס זיס.

[8] װי אַ פֿױגל פֿאַרװאָגעלט פֿון איר נעסט, אַזױ איז אַ מענטש פֿאַרװאָגעלט פֿון זײַן הײם.

[9] אײל און װײַרעך דערפֿרײט דאָס האַרץ, דאָס גלײַכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה.

[10] דײַן גוטן פֿרײַנט, און דײַן פֿאָטערס גוטן פֿרײַנט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן; און זאָלסט נישט קומען אין דײַן ברודערס הױז אין טאָג פֿון דײַן בראָך; בעסער אַ נאָנטער שָכן אײדער אַ װײַטער ברודער.

[11] זײַ קלוג, מײַן זון, און דערפֿרײ מײַן האַרץ, און איך װעל קענען ענטפֿערן דעם װאָס לעסטערט מיך.

[12] דער קלוגער זעט דאָס בײז, פֿאַרבאָרגט ער זיך, די נאַרן גײען װײַטער, װערן זײ געשטראָפֿט.

[13] נעם צו זײַן בגד אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן, און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.

[14] דער װאָס בענטשט זײַן גוטן פֿרײַנט אױף אַ הױכן קֹול פֿרי באַגינען, װעט עס אים װי אַ קללה גערעכנט װערן.

[15] אַ נודנע טריפֿעניש אין אַ רעגנדיקן טאָג, און אַ װײַב אַ קריגערין, זײַנען גלײַך.

[16] דער װאָס באַהאַלט זי, באַהאַלט װינט, און דאָס אײל פֿון זײַן רעכטער האַנט שרײַט אױס.

[17] אײַזן שלײַפֿט מען מיט אײַזן, און אײן מענטש שלײַפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן.

[18] דער װאָס היט דעם פֿײַגנבױם, װעט עסן זײַן פֿרוכט, און דער װאָס פּאַסט אױף זײַן האַר, װעט האָבן כּבֿוד.

[19] װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים, אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.

[20] שְׁאֹול און דער אָפּגרונט װערן נישט זאַט, און די אױגן פֿון דעם מענטשן װערן נישט זאַט.

[21] אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, און אַ מענטש לױט זײַן לױב.

[22] װען דו זאָלסט שטױסן דעם נאַרן אין אַ שטײסל מיט אַ מערזער צװישן גריץ, װעט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים זײַן נאַרישקײט.

[23] קענען זאָלסטו קענען דאָס אױסזען פֿון דײַנע שאָף, גיב אַכטונג אױף די סטאַדעס;

[24] װאָרעם נישט אױף אײביק איז רײַכטום; און איז דען אַ קרױן אױף דור-דורות?

[25] די הײ איז אָפּגעשניטן, און פֿרישע גראָז באַװײַזט זיך, און אײַנגעזאַמלט זײַנען די קרײַטעכער פֿון די בערג,

[26] װעלן די שעפּסן זײַן פֿאַר דײַן קלײדונג, און צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלד די בעק;

[27] און גענוג ציגנמילך װעט זײַן פֿאַר דײַן שפּײַז – פֿאַר דעם שפּײַז פֿון דײַן הױזגעזינט, און דערנערונג פֿאַר דײַנע דינסטמײדלעך.

מִשְׁלֵי — Chapters