Skip to content
Opens in a new window

[1] מײַן זון, אױב דו ביסט עָרבֿ געװען פֿאַר דײַן חבֿר, געגעבן דײַן האַנט פֿאַר אַ פֿרעמדן,

[2] ביסטו געכאַפּט אין די װערטער פֿון דײַן מױל, ביסטו געפֿאַנגען אין די װערטער פֿון דײַן מױל.

[3] טו דאָס דען, מײַן זון, און װער ניצול, אַז דו ביסט אַרײַנגעפֿאַלן אין דײַן חבֿרס האַנט: גײ, װאַרף זיך אַנידער, און שטײ-צו צו דײַן חבֿר.

[4] זאָלסט נישט געבן קײן שלאָף צו דײַנע אױגן, און קײן שלומער צו דײַנע ברעמען.

[5] זײַ דיך מציל װי אַ הירש אױס דער האַנט, און װי אַ פֿױגל פֿון פֿאַנגערס האַנט.

[6] גײ צו דער מוראַזשקע, דו פֿױלער, זע אירע װעגן, און װער קלוג;

[7] הגם זי האָט נישט קײן האַר, קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער,

[8] גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט, האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצײַט איר שפּײַז.

[9] ביז װאַנען, דו פֿױלער, װעסטו ליגן? װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון דײַן שלאָף?

[10] נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען, נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט;

[11] און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט, און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.

[12] אַ נידערטרעכטיקער מענטש, אַ מאַן פֿון אומרעכט, איז דער װאָס גײט אום מיט אַ קרומען מױל,

[13] װאָס װינקט מיט זײַנע אױגן, װאָס שאַרט מיט זײַנע פֿיס, װאָס טײַטלט מיט זײַנע פֿינגער.

[14] פֿאַרקערטקײט איז אין זײַן האַרצן, ער טראַכט בײז אין יעטװעדער צײַט, קריג מאַכט ער אָן.

[15] דערום װעט פּלוצלינג קומען זײַן אומגליק, פּלוצעם װעט ער צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.

[16] זעקס זײַנען די װאָס ה׳ האָט פֿײַנט, און זיבן די אומװערדיקײט פֿון זײַן זעל:

[17] האָפֿערדיקע אױגן, אַ ליגנערישע צונג, און הענט װאָס פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;

[18] אַ האַרץ װאָס טראַכט מחשבֿות פֿון אומרעכט; פֿיס װאָס אײַלן צו לױפֿן צום בײזן;

[19] אַ פֿאַלשער עדות װאָס אָטעמט מיט ליגנס, און דער װאָס מאַכט אָן קריג צװישן ברידער.

[20] היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער, און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער.

[21] בינד זײ אױף דײַן האַרצן תּמיד, קניפּ זײ אױף דײַן האַלדז.

[22] אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן, אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן, און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר.

[23] װאָרעם דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט, און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;

[24] דיך צו היטן פֿון דער שלעכטער װײַבספּאַרשױן, פֿון דער גלאַטער צונג פֿון דער פֿרעמדער.

[25] זאָלסט נישט גלוסטן איר שײנקײט אין דײַן האַרצן, און זאָל זי דיך נישט נעמען מיט אירע ברעמען.

[26] װאָרעם איבער אַ זוֹנה קומט מען ביז אַ לעבל ברױט, און אַן אֵשֶת-איש פֿאַנגט די טײַערסטע זעל.

[27] קען אַ מענטש שאַרן קױלן אין זײַן בוזעם, און זײַנע בגדים זאָלן זיך נישט אָנצינדן?

[28] צי קען אַ מענטש גײן אױף קױלן, און זײַנע פֿיס זאָלן נישט אָנגעברענט װערן?

[29] אַזױ איז דער װאָס קומט צו זײַן חבֿרס װײַב, קײנער װאָס רירט זי אָן, קומט נישט אָפּ גלאַט.

[30] מע קען נישט פֿאַראַכטן דעם גנבֿ אַז ער גנבֿעט, אָנצופֿילן זײַן לײַב װען ער איז הונגעריק.

[31] אָבער אַז ער װערט געפֿונען, באַצאָלט ער זיבן מאָל אַזױ פֿיל; דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז מוז ער אַװעקגעבן.

[32] דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל, זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.

[33] שלעג און שאַנד װעט ער קריגן, און זײַן חרפּה װעט נישט אָפּגעמעקט װערן.

[34] װאָרעם אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן, און ער װעט נישט שױנען אין טאָג פֿון נקמה.

[35] ער װעט נישט אַכטן קײן אױסלײזגעלט, און נישט באַװיליקן, װי דו זאָלסט מערן שוחד.

מִשְׁלֵי — Chapters