[1] אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות, אַ גוטער חן, פֿון זילבער און פֿון גאָלד.
[2] רײַך און אָרים שטױסן זיך אָן אײנאַנדער, אָבער זײ בײדן האָט ה׳ באַשאַפֿן.
[3] דער קלוגער זעט, און פֿאַרבאָרגט זיך, און די נאַרן גײען װײַטער, און װערן געשטראָפֿט.
[4] דער לױן פֿון עניװת – פֿון מורא פֿאַר ה׳, איז עשירות, און כּבֿוד, און לעבן.
[5] דערנער און נעצן זײַנען אױפֿן װעג פֿון דעם קרומען, דער װאָס היט זײַן זעל, זאָל זיך דערװײַטערן פֿון זײ.
[6] געװײן דעם ייִנגל אױף זײַן װעג; אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.
[7] דער עושר געװעלטיקט איבער די אָרימע, און דער לײַער איז אַ קנעכט בײַם מלװה.
[8] דער װאָס זײט אומרעכט װעט שנײַדן אומגליק, און די רוט פֿון זײַן חוצפּה װעט פֿאַרלענדט װערן.
[9] דער װאָס האָט אַ גוט אױג, ער װערט געבענטשט, װײַל ער גיט פֿון זײַן ברױט דעם אָרעמאַן.
[10] טרײַב אַרױס דעם שפּעטער, און קריג װעט אַװעק, און שטרײַט און שאַנד װעלן אױפֿהערן.
[11] דער װאָס האָט ליב רײנהאַרציקײט, װאָס האָט חן אױף די ליפּן, איז דער מלך זײַן חבֿר.
[12] די אױגן פֿון ה׳ היטן דעם פֿאַרשטאַנדיקן, און ער פֿאַרדרײט די רײד פֿון דעם פֿעלשער.
[13] דער פֿױלער זאָגט: אַ לײב איז דערױסן, איך װעל אין גאַס געהרגעט װערן.
[14] אַ טיפֿע גרוב איז דאָס מױל פֿון פֿרעמדע פֿרױען, דער פֿאַרשאָלטענער פֿון ה׳ פֿאַלט אַרײַן אַהין.
[15] נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן, די שטראָפֿרוט װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.
[16] מע רױבט דעם אָרעמאַן, און בײַ אים מערט זיך, מע גיט דעם עושר, און עס װערט בלױז געמינערט.
[17] נײַג צו דײַן אױער, און הער די װערטער פֿון די חכמים, און דײַן האַרץ זאָלסטו צולײגן צו מײַן קענשאַפֿט.
[18] װאָרעם װױל װעט זײַן, אַז דו װעסט זײ היטן אין דײַן לײַב, אַז זײ װעלן אַלע זײַן אָנגעברײט אױף דײַנע ליפּן.
[19] כּדי דײַן בטחון זאָל זײַן אױף ה׳, האָב איך עס הײַנט דיך געמאַכט װיסן, יאָ דיך.
[20] פֿאַר װאָר איך האָב דיר אױפֿגעשריבן געהױבענע װערטער, מיט עצות און קענשאַפֿט.
[21] כּדי דיך צו מאַכן װיסן די ריכטיקע װערטער פֿון אמת, כּדי זאָלסט ענטפֿערן אמתע װערטער די װאָס האָבן דיך געשיקט.
[22] זאָלסט נישט באַגזלען דעם שװאַכן, װײַל ער איז שװאַך, און נישט דריקן דעם אָרעמאַן אין טױער.
[23] װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען זײער קריג, און רױבן זײערע רױבער דאָס לעבן.
[24] זאָלסט זיך נישט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן, און מיט אַ כּעסן זאָלסטו נישט צונױפֿקומען;
[25] טאָמער װעסטו לערנען זײַנע װעגן, און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר דײַן זעל.
[26] זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס גיבן אַ האַנט, פֿון די װאָס זײַנען עָרבֿ פֿאַר חובֿות.
[27] אַז דו װעסט נישט האָבן צו באַצאָלן, נאָך װאָס זאָל מען צונעמען דײַן געלעגער פֿון אונטער דיר?
[28] זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס דײַנע עלטערן האָבן געמאַכט.
[29] זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין זײַן אַרבעט, װעט ער שטײן פֿאַר מלכים; ער װעט נישט שטײן פֿאַר נידעריקע.