[1] אַ מענטש אַ געמוסרטער װאָס מאַכט האַרט זײַן נאַקן, װעט פּלוצלינג צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.
[2] אַז די צדיקים מערן זיך, פֿרײט זיך דאָס פֿאָלק, אָבער אַז דער רשע געװעלטיקט, זיפֿצט דאָס פֿאָלק.
[3] אַ מענטש װאָס האָט ליב חכמה, דערפֿרײט זײַן פֿאָטער, אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט זוֹנות, ברענגט אױס דעם פֿאַרמעג.
[4] אַ מלך האַלט אױף מיט גערעכטיקײט דאָס לאַנד, און דער בַעַלן אױף מתָּנות צעשטערט עס.
[5] דער מענטש װאָס חַנפֿעט זײַן חבֿר, שפּרײט אױס אַ נעץ פֿאַר זײַנע טריט.
[6] אין דעם פֿאַרברעך פֿון דעם שלעכטן מענטשן איז אַ שטרױכלונג, אָבער דער צדיק זינגט און איז פֿרײלעך.
[7] דער צדיק װײס דאָס רעכט פֿון די אָרימע, דער רשע קימערט זיך נישט צו װיסן.
[8] לײַט פֿון שפּאָט בלאָזן-אױף די שטאָט, אָבער קלוגע האַלטן אָפּ דעם צאָרן.
[9] אַז אַ קלוגער מענטש טענהט מיט אַ נאַרן, סײַ ער בײזערט זיך, סײַ ער שמײכלט, האָט ער נישט קײן נַחַת.
[10] בלוטיקע לײַט האָבן פֿײַנט דעם אומשולדיקן, אָבער די רעכטפֿאַרטיקע גאַרן נאָך אים.
[11] זײַן גאַנץ געמיט לאָזט אַרױס דער נאַר, אָבער דער חכם האַלט עס צוריק.
[12] אַ געװעלטיקער װאָס האָרכט צו גערײד פֿון ליגן, זײַנען אַלע זײַנע משרתים רשעים.
[13] דער אָרעמאַן און דער דריקער שטױסן זיך אָן אײנאַנדער, אָבער דער דערלײַכטער פֿון בײדנס אױגן איז ה׳.
[14] אַ מלך װאָס משפּט מיט אמת די אָרימע, װעט זײַן טראָן באַשטײן שטענדיק.
[15] די רוט און מוסר גיבן חכמה, און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.
[16] אַז די רשעים מערן זיך, מערט זיך פֿאַרברעך, אָבער די צדיקים װעלן זען זײער מפּלה.
[17] שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת, און געבן תּענוג צו דײַן זעל.
[18] אָן אַ זעונג װערט דאָס פֿאָלק פֿאַרװילדערט, און דער װאָס היט די תּורה, אַז װױל איז צו אים!
[19] מיט װערטער קען אַ קנעכט נישט אױסגעמוסרט װערן, װאָרעם ער מעג פֿאַרשטײן, אָבער פֿאָלגן װעט ער נישט.
[20] זעסטו אַ מענטשן האַסטיק מיט זײַנע װערטער, איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.
[21] דער װאָס פֿאַרצערטלט פֿון יוגנט זײַן קנעכט, װעט ער צום סוף װערן אַן אײבערהאַר.
[22] אַ צאָרנדיקער מענטש מאַכט אָן קריג, און אַ כּעסן באַגײט פֿיל פֿאַרברעכן.
[23] די גאװה פֿון אַ מענטשן דערנידערט אים, און דער װאָס איז שָפֿל אין געמיט װעט קריגן כּבֿוד.
[24] דער װאָס טײלט זיך מיט אַ גנבֿ, איז אַ שׂונא זיך אַלײן: ער הערט די קללה, און זאָגט נישט אױס.
[25] מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, װערט באַשיצט.
[26] פֿיל זוכן דעם פּנים פֿון דעם געװעלטיקער, אָבער פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס משפּט.
[27] אַן אומװערדיקײט בײַ די צדיקים איז דער מאַן פֿון אומרעכט, און אַן אומװערדיקײט בײַ די רשעים, דער װאָס זײַן װעג איז גלײַך.