Skip to content
Opens in a new window

[1] די שפּריכװערטער פֿון שלמהן. אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער, און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.

[2] אומגערעכטע אוֹצרות נוצן נישט, אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.

[3] ה׳ לאָזט נישט פֿאַרהונגערן דעם לײַב פֿון דעם צדיק, און די געריקײט פֿון די רשעים פֿאַרשטױסט ער.

[4] אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט, און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט רײַך.

[5] אַ קלוגער זון זאַמלט אום זומער, אַ זון אַ טױגעניכטס שלאָפֿט אין שניטצײַט.

[6] ברכות אױפֿן קאָפּ איז דער צדיק; און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.

[7] די דערמאָנונג פֿון צדיק איז אַ בענטשונג, און דער נאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרפֿױלט.

[8] דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן, און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.

[9] דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט, און דער װאָס פֿאַרדרײט זײַנע װעגן װערט אָנגעלערנט.

[10] דער װאָס װינקט מיטן אױג שאַפֿט פֿאַרדראָס, און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.

[11] דאָס מױל פֿון דעם צדיק איז אַ קװאַל פֿון לעבן, און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.

[12] שׂינאה װעקט אױף קריג, און אױף אַלע פֿאַרברעכן פֿאַרדעקט ליבשאַפֿט.

[13] אױף די ליפּן פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן געפֿינט זיך חכמה, און אַ רוט פֿאַרן רוקן פֿון דעם װאָס אָן שׂכל.

[14] חכמים באַהאַלטן די קענשאַפֿט, אָבער דאָס מױל פֿון די נאַרן איז אַ נאָנטער בראָך.

[15] דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקע שטאָט, דער בראָך פֿון די אָרימע לײַט איז זײער דלות.

[16] דער לױן פֿון דעם צדיק איז לעבן, דער אײַנקום פֿון דעם רשע איז זינד.

[17] אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר, און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.

[18] דער װאָס פֿאַרדעקט שׂינאה מיט פֿאַלשע ליפּן, און דער װאָס פֿאַרשפּרײט רכילות, ער איז אַ נאַר.

[19] בײַ פֿיל װערטער קען נישט אױסגעמיטן װערן זינד, און דער װאָס קאַרגט זײַנע ליפּן איז אַ קלוגער.

[20] געקליבנסטע זילבער איז די צונג פֿון דעם צדיק, דער שׂכל פֿון די רשעים איז װינציק װאָס װערט.

[21] די ליפּן פֿון די צדיקים שפּײַזן אַ סך, אָבער די נאַרן שטאַרבן װײַל זײ פֿעלט שׂכל.

[22] די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך, מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.

[23] װי אַ שפּילכל איז בײַם נאַרן טאָן אַ נבֿלה, און אַ חכמה – בײַ אַ מענטשן מיט שׂכל.

[24] די שרעקעניש פֿון דעם רשע, זי װעט קומען אױף אים, און דעם באַגער פֿון די צדיקים װעט מען געבן.

[25] װי אַ שטורעם גײט אַריבער, אַזױ איז דער רשע נישטאָ, אָבער דער צדיק איז אַן אײביקער גרונטפֿעסט.

[26] װי עסיק פֿאַר די צײן, און װי רױך פֿאַר די אױגן, אַזױ איז דער פֿױלער פֿאַר די װאָס שיקן אים.

[27] מורא פֿאַר ה׳ לײגט צו טעג, און די יאָרן פֿון די רשעים װערן געקירצט.

[28] די װאַרטעניש פֿון די צדיקים לאָזט זיך אױס אין פֿרײד, און די האָפֿענונג פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.

[29] אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון ה׳, אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.

[30] דער צדיק װעט זיך קײן מאָל נישט אױסגליטשן, אָבער די רשעים װעלן נישט בלײַבן אין לאַנד.

[31] דאָס מױל פֿון דעם צדיק שפּראָצט מיט חכמה, און די פֿאַרקערטע צונג װערט פֿאַרשניטן.

[32] די ליפּן פֿון דעם צדיק װײסן גוטװיליקײט, און דאָס מױל פֿון די רשעים – פֿאַרקערטקײט.

מִשְׁלֵי — Chapters