Skip to content
Opens in a new window

[1] הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער, און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.

[2] װאָרעם אַ גוטע לערע גיב איך אײַך, איר זאָלט מײַן תּורה נישט פֿאַרלאָזן.

[3] װאָרעם איך בין אױך געװען אַ זון בײַ מײַן פֿאָטער, אַ ציטעריקער און אַן אײנאײנציקער פֿאַר מײַן מוטער.

[4] און ער האָט מיך געלערנט, און מיר געזאָגט: זאָל דײַן האַרץ זיך האַלטן אָן מײַנע װערטער, היט מײַנע געבאָט, און לעב.

[5] קױף חכמה, קױף פֿאַרשטאַנדיקײט; זאָלסט נישט פֿאַרגעסן, און זיך נישט אָפּנײַגן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.

[6] זאָלסט זי נישט פֿאַרלאָזן, און זי װעט דיך באַהיטן, האָב זי ליב, און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן.

[7] דער אָנהײב פֿון חכמה איז: קױף חכמה, יאָ, מיט דײַן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט.

[8] האַלט זי הױך, און זי װעט דיך דערהײבן; זי װעט דיר אָנטאָן כּבֿוד, אַז דו װעסט זי האַלדזן.

[9] זי װעט געבן דײַן קאָפּ אַ קראַנץ פֿון חן, אַ קרױן פֿון שײנקײט װעט זי דיר דערלאַנגען.

[10] הער, מײַן זון, און פֿאַרנעם מײַנע װערטער, און דיר װעלן געמערט װערן יאָרן פֿון לעבן.

[11] אין דעם װעג פֿון חכמה האָב איך דיך געלערנט, דיך געפֿירט אין די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט.

[12] אַז דו װעסט גײן, װעט נישט ענג זײַן דײַן טריט, און אַז דו װעסט לױפֿן, װעסטו נישט געשטרױכלט װערן.

[13] האַלט זיך אָן מוסר, זאָלסט נישט אָפּלאָזן, היט דאָס אָפּ, װאָרעם דאָס איז דײַן לעבן.

[14] אין שטעג פֿון די רשעים זאָלסטו נישט קומען, און נישט טרעטן אין װעג פֿון די שלעכטע.

[15] מײַד אים אױס, זאָלסט אים נישט פֿאַרבײַגײן, װײַך פֿון אים, און גײ אַװעק.

[16] װאָרעם זײ קענען נישט שלאָפֿן װוּ זײ טוען נישט שלעכטס, און זײער שלאָף איז גערױבט װוּ זײ מאַכן נישט שטרױכלען.

[17] װאָרעם זײ שפּײַזן זיך מיט שפּײַז פֿון שלעכטס, און װײַן פֿון רױב טרינקען זײ.

[18] אָבער דער שטעג פֿון די צדיקים איז װי דאָס ליכט פֿון באַגינען, װאָס װערט אַלץ ליכטיקער ביז אין רעכטן טאָג.

[19] דער װעג פֿון די רשעים איז װי פֿינצטערניש, זײ װײסן נישט אָן װאָס זײ װעלן געשטרױכלט װערן.

[20] מײַן זון, פֿאַרנעם מײַנע רײד, נײַג צו דײַן אױער צו מײַנע װערטער.

[21] זאָלן זײ זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַנע אױגן; היט זײ אין דײַן האַרצן.

[22] װאָרעם זײ זײַנען לעבן פֿאַר די װאָס געפֿינען זײ, און אַ הײלונג פֿאַר זײער גאַנצן לײַב.

[23] מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ, װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.

[24] טו אָפּ פֿון דיר אַ קרום מױל, און פֿאַרקערטע ליפּן דערװײַטער פֿון דיר.

[25] דײַנע אױגן זאָלן קוקן אַנטקעגן, און דײַנע ברעמען זאָלן בליקן גלײַך פֿאַר דיר.

[26] האַלט גלײַך דעם שטעג פֿון דײַנע פֿיס, און אַלע דײַנע װעגן זאָלן זײַן ריכטיק.

[27] זאָלסט זיך נישט נײַגן רעכטס אָדער לינקס, טו אָפּ דײַן פֿוס פֿון שלעכטס.

מִשְׁלֵי — Chapters