Skip to content
Opens in a new window

[1] בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערבײַ, אײדער אַ הױז פֿול מיט זבֿחים און קריג דערמיט.

[2] אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס, און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.

[3] אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, אָבער די הערצער פּרוּװט ה׳.

[4] דער שלעכטסטוער הערט זיך אײַן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט, דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.

[5] דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרעמאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער; דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך, װעט נישט געשאָנקען װערן.

[6] די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער, און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.

[7] דעם מנוּװל פּאַסט נישט די שפּראַך פֿון ברײטקײט, נאָך װינציקער דעם נַדיבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.

[8] אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון זײַן בַעַלן; װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.

[9] דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט, פֿאַרדעקט אױף זינד, און דער װאָס חזרט איבער גערײד, צעשײדט גוטע פֿרײַנט.

[10] אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן, װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.

[11] רַק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז, אָבער אַן אומדערבאַרעמדיקער שליח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.

[12] בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע, אַבי נישט אַ נאַר מיט זײַן טיפּשות.

[13] דער װאָס קערט אום אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, װעט זיך נישט אָפּטאָן בײז פֿון זײַן הױז.

[14] װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות, דערום, אײדער דער קריג ברעכט אױס, לאָז אָפּ.

[15] דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן, און דער װאָס מאַכט שולדיק דעם גערעכטן, זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.

[16] װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנט אױף צו קױפֿן חכמה, אַז קײן שׂכל איז נישטאָ?

[17] אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט, אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.

[18] אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט, װאָס איז עָרבֿ אַן עָרבֿות פֿאַר זײַן חבֿר.

[19] דער װאָס האָט ליב קריג, האָט ליב פֿאַרברעך, דער װאָס מאַכט הױך זײַן טיר, זוכט אַ בראָך.

[20] דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ, װעט נישט געפֿינען קײן גוטס, און דער װאָס דרײט מיט דער צונג, װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.

[21] דער װאָס געבערט אַ נאַרן, איז דאָס צו זײַן קומער, און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט נישט קײן נַחַת.

[22] אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה, און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.

[23] דער רשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם, צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט.

[24] פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה, און די אױגן פֿון דעם נאַרן זײַנען אין עק װעלט.

[25] אַן ערגערניש פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר, און אַ ביטערניש פֿאַר זײַן געװינערין.

[26] קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק, פֿון שלאָגן אַדללײַט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.

[27] דער װאָס װײס קענשאַפֿט, קאַרגט זײַנע װערטער, אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.

[28] אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם; דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער.

מִשְׁלֵי — Chapters