[1] זאָלסט נישט זײַן מקנא בײזע לײַט, און זאָלסט נישט גאַרן צו זײַן מיט זײ,
[2] װאָרעם פֿאַרװיסטונג טראַכט זײער האַרץ, און אומגליק רעדן זײערע ליפּן.
[3] מיט חכמה װערט אַ הױז געבױט, און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װערט עס באַפֿעסטיקט;
[4] און דורך קענשאַפֿט װערן די קאַמערן אָנגעפֿילט מיט אַלערלײ טײַערן און ליבלעכן גוטס.
[5] אַ קלוגער מאַן איז אין מאַכט, און אַ מענטש מיט קענשאַפֿט האָט אַ שטאַרקע גבֿורה;
[6] װאָרעם מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן דײַן מלחמה, און הילף קומט דורך פֿיל יוֹעצים.
[7] צו הױך פֿאַר דעם נאַרן איז חכמה, אין טױער עפֿנט ער נישט זײַן מױל.
[8] דער װאָס קלערט צו טאָן שלעכטס, אים װעט מען נאָכרופֿן בײזװיליקער מענטש.
[9] די טראַכטעניש פֿון דעם נאַרן איז זינד, און אַן אומװערדיקײט בײַ מענטשן איז דער שפּעטער.
[10] לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט, איז דײַן כּוֹח אַ קנאַפּער.
[11] זײַ מציל די װאָס װערן גענומען צום טױט, און די אָנגעברײטע צום הרגען, אױב דו קענסט אָפּהאַלטן.
[12] אַז דו װעסט זאָגן: מיר האָבן דאָך דערפֿון נישט געװוּסט – פֿאַר װאָר, דער פֿאָרשער פֿון די הערצער, ער װעט מערקן, און דער היטער פֿון דײַן זעל, ער װעט װיסן, און װעט אומקערן איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.
[13] עס, מײַן זון, האָניק, װײַל עס איז גוט, און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר דײַן גומען;
[14] אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל, אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט, און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.
[15] זאָלסט נישט לױערן, רשע, אױף דער װױנונג פֿון דעם צדיק, זאָלסט נישט פֿאַרװיסטן זײַן מוּחה;
[16] װאָרעם זיבן מאָל פֿאַלט דער צדיק, און שטײט אױף, און די רשעים װערן געשטרױכלט אין אומגליק.
[17] אַז דײַן שׂונא פֿאַלט, זאָלסטו זיך נישט פֿרײען, און אַז ער װערט געשטרױכלט, זאָל נישט אָנקװעלן דײַן האַרץ;
[18] װאָרעם ה׳ װעט זען, און עס װעט שלעכט זײַן אין זײַנע אױגן, און ער װעט אָפּקערן פֿון אים זײַן צאָרן.
[19] זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט נישט מקנא זײַן די רשעים;
[20] װאָרעם דער שלעכטער װעט נישט האָבן קײן לעצט, דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט אױסגעלאָשן װערן.
[21] האָב מורא פֿאַר ה׳, מײַן זון, און פֿאַרן מלך, מיט איבעראַנדערשער זאָלסטו זיך נישט מישן;
[22] װאָרעם פּלוצלינג װעט קומען זײער בראָך, און װער װײס דאָס אומגליק פֿון זײ בײדן?
[23] אױך די דאָזיקע זײַנען פֿון די חכמים. פֿון שאַנעװען אין אַ משפּט קומט נישט אַרױס קײן גוטס.
[24] דער װאָס זאָגט צום שולדיקן: דו ביסט גערעכט, שילטן אים פֿעלקער, פֿלוכן אים אומות.
[25] אָבער די װאָס משפּטן ריכטיק, זײ איז װױל, און אױף זײ קומט אַ ברכה פֿון גוטס.
[26] די ליפּן דאַרף מען קושן דעם װאָס ענטפֿערט די ריכטיקע רײד.
[27] פֿאַרריכט דערױסן דײַן אַרבעט, און גרײט עס דיר צו אױפֿן פֿעלד, דערנאָך זאָלסטו בױען דײַן הױז.
[28] זאָלסט נישט זײַן אַן עדות אַקעגן דײַן חבֿר אָן אַ פֿאַר װאָס, און נאַרן מיט דײַנע ליפּן.
[29] זאָלסט נישט זאָגן: װי ער האָט מיר געטאָן, אַזױ װעל איך אים טאָן; איך װעל דעם מענטשן אומקערן לױט זײַן טאָן.
[30] פֿאַרבײַ אַ פֿעלד פֿון אַ פֿױלן מאַן בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען, און פֿאַרבײַ אַ װײַנגאָרטן פֿון אַ מענטשן אָן שׂכל;
[31] ערשט עס איז אין גאַנצן געװען פֿאַרװאַקסן מיט דערנער, זײַן אײבערפֿלעך איז געװען באַדעקט מיט װילדע געװעקסן, און זײַן שטײנערנע צאַם איז געװען אײַנגעפֿאַלן.
[32] איך האָב געקוקט, און מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, איך האָב געזען, און גענומען אַ מוסר.
[33] נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען, נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט –
[34] און קומען אַזױ װי אַ װאַנדערער דײַן אָרימקײט, און דײַן נױט װי אַ מאַן פֿון מלחמה.