Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ װײכער ענטפֿער האַלט אָפּ צאָרן, און אַ פֿאַרדראָסיק װאָרט ברענגט אױף כּעס.

[2] די צונג פֿון די קלוגע איז װױלקענעװדיק, און דאָס מױל פֿון נאַרן גאַװערט טיפּשות.

[3] אין יעטװעדער אָרט זײַנען די אױגן פֿון ה׳, זײ זעען די שלעכטע און די גוטע.

[4] אַ מילדע צונג איז אַ בױם פֿון לעבן, און פֿאַלשקײט אױף איר איז אַ בראָך פֿאַרן גײַסט.

[5] דער נאַר פֿאַראַכט זײַן פֿאָטערס מוסר, און דער װאָס אַכט אױף שטראָף איז געשײַט.

[6] אין הױז פֿון דעם צדיק איז גרױס רײַכטום, און אין אײַנקום פֿון רשע איז אַ צרה.

[7] די ליפּן פֿון די קלוגע פֿאַרשפּרײטן קענשאַפֿט, און דער שׂכל פֿון די נאַרן – נישט ריכטיקס.

[8] דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די רשעים איז אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳, און די תּפֿילה פֿון רעכטפֿאַרטיקע איז זײַן רָצון.

[9] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז דער װעג פֿון דעם רשע, און דעם װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט האָט ער ליב.

[10] אַ בײזע שטראָף איז פֿאַר דעם װאָס פֿאַרלאָזט דעם װעג, דער װאָס האָט פֿײַנט מוסר װעט שטאַרבן.

[11] די שְׁאֹול און דער אָפּגרונט זײַנען פֿאַר ה׳, הײַנט װי שױן די הערצער פֿון די מענטשנקינדער!

[12] דער שפּעטער האָט נישט ליב מע זאָל אים שטראָפֿן, ער װיל נישט גײן צו חכמים.

[13] אַ פֿרײלעך האַרץ מונטערט אױף דעם פּנים, און פֿון האַרצקלעמעניש װערט דאָס געמיט דערשלאָגן.

[14] דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן זוכט קענשאַפֿט, און דאָס מױל פֿון די נאַרן פֿיטערט זיך אױף טיפּשות.

[15] אַלע טעג פֿון דעם אָרעמאַן זײַנען שלעכטע, אָבער בײַ דעם װאָס האָט אַ פֿרײלעך האַרץ איז תּמיד אַ סעודה.

[16] בעסער װינציק מיט מורא פֿאַר ה׳, אײדער אַ גרױסער אוצר מיט צעטומלטקײט דערבײַ.

[17] בעסער אַ מאָלצײַט פֿון גרינס װוּ ליבשאַפֿט איז דאָ, אײדער אַ געשטאָפּטער אָקס מיט שׂינאה דערבײַ.

[18] אַ כּעסן מאַכט אָן שטרײַט, און אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן שטילט אײַן קריג.

[19] דער װעג פֿון דעם פֿױלן איז װי פֿאַרצאַמט מיט דערנער, אָבער דער שטעג פֿון דעם רעכטפֿאַרטיקן איז אױסגעגלײַכט.

[20] אַ קלוגער זון דערפֿרײט דעם פֿאָטער, און אַ נאַרישער מענטש איז מבֿזה זײַן מוטער.

[21] נאַרישקײט איז אַ פֿרײד בײַ דעם װאָס פֿעלט שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט גײט גלײַך.

[22] אָן באַראָט װערן טראַכטונגען פֿאַרשטערט, און דורך פֿיל יוֹעצים קומען זײ צו שטאַנד.

[23] אַ מענטש האָט פֿרײד פֿון דעם ענטפֿער פֿון זײַן מױל, און אַ װאָרט אין דער צײַט – װי גוט דאָס איז!

[24] דער װעג פֿון לעבן איז אַרױף צו פֿאַרן קלוגן, כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון דער שְׁאֹול אונטן.

[25] דאָס הױז פֿון די שטאָלצע רײַסט ה׳ אױס, און ער שטעלט אױף דעם גרענעץ פֿון דער אַלמנה.

[26] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען מחשבֿות פֿון בײז, און רײן בײַ אים זײַנען װערטער פֿון ליבלעכקײט.

[27] זײַן הױז פֿאַראומגליקט דער װאָס איז גײַציק נאָך געװין, און דער װאָס האָט פֿײַנט מתָּנות װעט לעבן.

[28] דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק קלערט-נאָך צו ענטפֿערן, און דאָס מױל פֿון רשעים גאַװערט בײזענישן.

[29] װײַט איז ה׳ פֿון רשעים, אָבער די תּפֿילה פֿון צדיקים הערט ער.

[30] אַ ליכט אין די אױגן איז דער װאָס דערפֿרײט דאָס האַרץ, אַ גוטע בשׂורה מאַכט פֿעט דאָס געבײן.

[31] דאָס אױער װאָס הערט צו דעם מוסר פֿון לעבן, װעט צװישן די חכמים רוען.

[32] דער װאָס מײַדט אױס מוסר, פֿאַראַכט זײַן זעל, און דער װאָס הערט צו שטראָף, קריגט שׂכל.

[33] מורא פֿאַר ה׳ איז די מוסר פֿון חכמה, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.

מִשְׁלֵי — Chapters