Skip to content
Opens in a new window

[1] דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן; בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.

[2] דער נאַר װיל נישט פֿאַרשטאַנדיקײט, נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.

[3] אַז דער רשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג, און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.

[4] טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל, אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.

[5] קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רשע, כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.

[6] די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג, און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.

[7] דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים, און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.

[8] די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס, און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.

[9] אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט, איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.

[10] אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳, צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.

[11] דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט, און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.

[12] פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.

[13] דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט, איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.

[14] אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט, אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?

[15] דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך אײַן קענשאַפֿט, און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.

[16] אַ מענטשנס מתּנה מאַכט פֿאַר אים אַ װאַרע, און זי ברענגט אים פֿאַר גרױסע לײַט.

[17] גערעכט איז דער ערשטער אין זײַן טענה, אָבער זײַן חבֿר קומט און פֿאָרשט אים אױס.

[18] דער גורל מאַכט אױפֿהערן קריג, און צװישן די שטרײַטער צעשײדט ער.

[19] אַ געקריװדעטן ברודער איז שװערער צו געװינען װי אַ באַפֿעסטיקטע שטאָט, און קריג זײַנען װי ריגלען פֿון אַ פּאַלאַץ.

[20] פֿון דער פֿרוכט פֿון אַ מענטשנס מױל װעט זיך זעטן זײַן לײַב, פֿון אײַנקום פֿון זײַנע ליפּן װעט ער זיך זעטן.

[21] טױט און לעבן זײַנען אין דער מאַכט פֿון דער צונג, און אירע גוטע פֿרײַנט װעלן עסן איר פֿרוכט.

[22] דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס, און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.

[23] תּחנוּנים רעדט דער אָרעמאַן, אָבער דער עושר ענטפֿערט עזות.

[24] פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקן און פֿאַראַן אַ גוטער פֿרײַנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער.

מִשְׁלֵי — Chapters