[1] אױך די דאָזיקע זײַנען שפּריכװערטער פֿון שלמהן, װאָס די לײַט פֿון חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה האָבן איבערגעשריבן.
[2] דער כּבֿוד פֿון אלֹקים איז פֿאַרבאָרגן אַ זאַך, און דער כּבֿוד פֿון מלכים איז אױספֿאָרשן אַ זאַך.
[3] דער הימל אין הײך, און די ערד אין טיפֿקײט, און דאָס האַרץ פֿון מלכים, איז נישט צו דערפֿאָרשן.
[4] נעם אַרױס די פּסולת פֿון זילבער, און בײַם שמעלצער קומט אַרױס אַ כּלי;
[5] נעם אַװעק דעם רשע פֿון פֿאַרן מלך, און זײַן טראָן װעט שטײן פֿעסט אױף גערעכטיקײט.
[6] זאָלסט זיך נישט שײנדלען פֿאַרן מלך, און אין דעם אָרט פֿון גרױסע לײַט זאָלסטו נישט שטײן.
[7] װאָרעם בעסער מע זאָל דיר זאָגן: קום אַרױף אַהער! אײדער מע זאָל דיך דערנידערן פֿאַר דעם פֿירשט, װי דײַנע אױגן האָבן געזען.
[8] זאָלסט נישט אַרױסגײן האַסטיק זיך קריגן, װאָרעם װאָס װעסטו טאָן צום סוף דערפֿון, אַז דײַן חבֿר װעט דיך מאַכן צו שאַנד?
[9] קריג זיך דײַן קריג מיט דײַן חבֿר, אָבער אַ פֿרעמדנס סָוד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן;
[10] כּדי דער צוהערער זאָל דיך נישט זידלען, װאָרעם דײַן רכילות קען נישט צוריקגענומען װערן.
[11] גילדערנע עפּל אין זילבערנע פּוץ-כּלים, איז אַ װאָרט גערעדט צו דער זאַך.
[12] אַ גילדערנער אױרינג און אַ צירונג פֿון גינגאָלד איז אַ קלוגער מוסר-זאָגער פֿאַרן אױער פֿון הערער.
[13] װי שנײיִקע קעלט אין טאָג פֿון שניט, איז אַ באַגלױבטער שליח פֿאַר די װאָס שיקן אים; װאָרעם ער דערקװיקט די זעל פֿון זײַן האַר.
[14] װאָלקנס און װינט אָן רעגן, איז אַ מענטש װאָס רימט זיך מיט אַ פֿאַלשער מתּנה.
[15] מיט אײַנגעהאַלטנקײט װערט איבערגערעדט דער פֿירשט, און אַ װײכע צונג צעברעכט אַ בײן.
[16] האָסטו געפֿונען האָניק, עס פֿיל עס איז גענוג פֿאַר דיר, כּדי זאָלסט זיך נישט איבערזעטן דערמיט, און עס אױסברעכן.
[17] מאַך דײַן פֿוס זעלטן אין הױז פֿון דײַן חבֿר, כּדי ער זאָל נישט זאַט װערן מיט דיר, און דיך פֿײַנט קריגן.
[18] אַ ברעכשטאַנג און אַ שװערד און שאַרפֿע פֿײַל איז אַ מענטש װאָס זאָגט פֿאַלשע עדות אױף זײַן חבֿר.
[19] אַ צעבראָכענער צאָן און אַן אױסגעלונקענער פֿוס, איז די פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פֿעלשער אין טאָג פֿון נױט.
[20] װי דער װאָס טוט אױס דעם בגד אין אַ קאַלטן טאָג, װי עסיק אױף לױגזאַלץ, אַזױ דער װאָס זינגט לידער פֿאַר אַן אומעטיקן האַרצן.
[21] אַז דײַן שׂונא איז הונגעריק, גיב אים עסן ברױט, און אַז ער איז דאָרשטיק, גיב אים טרינקען װאַסער;
[22] װאָרעם קױלן שיטסטו אים אױפֿן קאָפּ, און ה׳ װעט דיר באַצאָלן.
[23] צפֿון-װינט ברענגט רעגן, און אַ פֿאַרשטעלטע צונג פֿאַרדראָסיקע פּנימער.
[24] בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך, אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.
[25] קאַלטע װאַסער פֿאַר אַ פֿאַרשמאַכטער זעל, אַזױ איז אַ גוטע בשׂורה פֿון אַ װײַטן לאַנד.
[26] אַ קױטיקער קװאַל, און אַ דומפּיקער ברונעם איז אַ צדיק װאָס בײגט זיך פֿאַרן רשע.
[27] צו פֿיל האָניק עסן איז נישט גוט; און כּבֿוד הײסט פֿאַרשטײן דעם אײגענעם כּבֿוד.
[28] אַן אײַנגעבראָכענע שטאָט אָן אַ מױער איז אַ מענטש װאָס נישטאָ קײן אָפּהאַלט פֿאַר זײַן געמיט.