Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ שפּעטער איז דער װײַן, אַ ליאַרעמער דער טראַנק, און איטלעכער װאָס גיט זיך אָפּ דערמיט, איז נישט קײן חכם.

[2] אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס אימה, דער װאָס דערצערנט אים פֿאַרזינדיקט זײַן לעבן.

[3] אַ כּבֿוד פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אָפּצוהאַלטן פֿון קריג, אָבער איטלעכער נאַר ברעכט אַרױס.

[4] דער פֿױלער אַקערט נישט אום װינטער, און אין שניטצײַט בעטלט ער, און האָט גאָרנישט.

[5] אַ טיפֿער װאַסער איז דער מײַן אין אַ מענטשנס האַרץ, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט שעפּט אים אַרױס.

[6] דאָס רָובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער זײַן גינציקײט, אָבער אַ געטרײַען מענטשן װער קען געפֿינען?

[7] אין זײַן ערלעכקײט גײט דער צדיק; אַז װױל צו זײַנע קינדער נאָך אים!

[8] דער מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון משפּט, זיפּט דורך מיט זײַנע אױגן אַל דאָס בײז.

[9] װער קען זאָגן: איך האָב געלײַטערט מײַן האַרץ, איך בין רײן פֿון מײַנע זינד?

[10] צװײערלײ װאָגשטײנער, צװײערלײ מאָסן, זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.

[11] שױן אַ ייִנגל װערט דערקענט אָן זײַנע מעשׂים, אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז זײַן טאָן.

[12] דאָס אױער װאָס הערט, און דאָס אױג װאָס זעט, זײ בײדע האָט ה׳ געמאַכט.

[13] זאָלסט נישט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט נישט פֿאַראָרימט װערן, האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.

[14] שלעכט! שלעכט! זאָגט דער קונה, און גײט ער אַװעק, דענצמאָל באַרעמט ער זיך.

[15] פֿאַראַן גאָלד און פּערל אַ סך, אָבער די טײַערסטע צירונג זײַנען ליפּן מיט קענשאַפֿט.

[16] נעם צו זײַן בגד, אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן, און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.

[17] זיס איז דעם מענטשן ברױט פֿון פֿאַלשקײט, אָבער דערנאָך װערט זײַן מױל פֿול מיט זשװיר.

[18] געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה, און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.

[19] אַ רכילות-טרײַבער אַנטפּלעקט אַ סָוד, און מיט דעם װאָס האָט אָפֿענע ליפּן זאָלסטו זיך נישט מישן.

[20] דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, װעט זײַן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.

[21] אַ נחלה װאָס קומט אָן גיך אין אָנהײב, װעט איר סוף זײַן נישט געבענטשט.

[22] זאָלסט נישט זאָגן: איך װעל אָפּצאָלן שלעכטס; האָף צו ה׳, און ער װעט דיך העלפֿן.

[23] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז צװײערלײ װאָגשטײנער, און פֿון פֿאַלשע װאָגשאָלן קומט נישט קײן גוטס.

[24] פֿון ה׳ זײַנען דעם מענטשנס טריט, און װאָס פֿאַרשטײט דער מענטש זײַן װעג?

[25] אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן: הײליק! און נאָכן נדר איבערצוקלערן.

[26] אַ קלוגער מלך װינטשופֿלט די רשעים, און ער קערט אױף זײ דעם דרעשראָד.

[27] אַ ליכט פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס נשמה, עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון לײַב.

[28] גענאָד און אמת באַהיטן דעם מלך, און ער האַלט-אױף מיט גענאָד זײַן טראָן.

[29] די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוֹח, און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.

[30] װוּנדיקע בײַלן זײַנען אַ לײַטערונג פֿון בײז, דאָס גלײַכן שלעק אינעװײניק אין לײַב.

מִשְׁלֵי — Chapters