Skip to content
Opens in a new window

[1] די װערטער פֿון מלך למואֵל, אַ מוסר װאָס זײַן מוטער האָט אים געלערנט.

[2] נײן, מײַן זון! און נײן, זון פֿון מײַן לײַב, און נײן, זון פֿון מײַנע נדרים;

[3] זאָלסט נישט אַװעקגעבן אױף װײַבער דײַן כּוֹח, און דײַנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים.

[4] נישט פֿאַר מלכים, למואֵל, נישט פֿאַר מלכים איז טרינקען װײַן, און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!

[5] כּדי זײ זאָלן נישט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ, און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע.

[6] גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם, און װײַן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט.

[7] זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן זײַן אָרימקײט און זײַן מאַטערניש מער נישט געדענקען.

[8] עפֿן דײַן מױל פֿאַר דעם שטומען, פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײיִקע.

[9] עפֿן דײַן מױל, משפּט מיט גערעכטיקײט, און טו רעכט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון.

[10] אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען? און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.

[11] דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר, און אים פֿעלט נישט קײן אײַנקום.

[12] זי טוט אים גוטס און נישט שלעכטס, אַלע טעג פֿון איר לעבן.

[13] זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס, און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט.

[14] זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן, פֿון דער װײַטן ברענגט זי איר ברױט.

[15] און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט, און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט, און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.

[16] זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד, און קױפֿט עס, פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װײַנגאָרטן.

[17] זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן, און זי שטאַרקט אירע אָרעמס.

[18] זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט; נישט פֿאַרלאָשן בײַ נאַכט װערט איר ליכט.

[19] אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד, און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל.

[20] איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרעמאַן, און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון.

[21] זי האָט נישט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ, װאָרעם איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט.

[22] דעקן מאַכט זי זיך, פֿײַנלײַנען און פּורפּל איז איר מלבוש.

[23] באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן, װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד.

[24] אַ לײַנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט, און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן.

[25] שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש, און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג.

[26] איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה, און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.

[27] זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז, און זי עסט נישט דאָס ברױט פֿון פֿױלקײט.

[28] אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי, איר מאַן – און ער רימט זי:

[29] פֿיל טעכטער האָבן אױפֿגעטאָן בריהשאַפֿט, אָבער דו שטײַגסט זײ אַלע אַריבער.

[30] חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק, אַ ג-טספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן.

[31] גיט איר פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט, און זאָלן אירע מעשׂים זי רימען אין די טױערן.

מִשְׁלֵי — Chapters