[1] מײַן זון, היט מײַנע װערטער, און מײַנע געבאָט זאָלסטו באַהאַלטן בײַ דיר.
[2] היט מײַנע געבאָט, כּדי זאָלסט לעבן, און מײַן לערנונג, װי דעם שװאַרצאַפּל פֿון דײַנע אױגן.
[3] בינד זײ אָן אױף דײַנע פֿינגער, שרײַב זײ אָן אױף דעם טאָװל פֿון דײַן האַרצן.
[4] זאָג צו דער חכמה: דו ביסט מײַן שװעסטער; און פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו רופֿן פֿרײַנט;
[5] כּדי זײ זאָלן דיך באַהיטן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ, פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד.
[6] װאָרעם דורכן פֿענצטער פֿון מײַן הױז, דורך מײַן פֿאָרטקע האָב איך אַרױסגעקוקט;
[7] און איך האָב געזען צװישן די נאַרן, געמערקט צװישן די יונגעלײַט, אַ יונג אָן שׂכל,
[8] װי ער גײט פֿאַרבײַ אין גאַס לעבן איר װינקל, און שפּרײַזט אױפֿן װעג צו איר הױז,
[9] פֿאַרנאַכט אין אָװנט פֿון טאָג, אין טיפֿער נאַכט און פֿינצטערניש.
[10] ערשט אַ פֿרױ קומט אים אָן אַנטקעגן, מיט דעם אָנטו פֿון אַ זוֹנה, און מיט אַ באַהאַלטענעם האַרצן.
[11] רױשיק איז זי און אױסגעלאַסן, אירע פֿיס רוען נישט אין איר הױז.
[12] אַ מאָל אין גאַס, אַ מאָל אױף די מערק, און בײַ אַלע עקן טוט זי לױערן.
[13] און זי נעמט אים אָן, און זי קושט אים, זי פֿאַרשײַט איר פּנים און זאָגט צו אים:
[14] זִבְחֵי שלָמִים האָב איך אױף מיר, הײַנט באַצאָל איך מײַנע נדרים.
[15] דערום בין איך אַרױס דיר אַנטקעגן, צו זוכן דײַן פּנים, און איך האָב דיך געפֿונען.
[16] מיט דעקן האָב איך איבערגעדעקט מײַן בעט, מיט געשטרײַפֿטע געשפּינסן פֿון מִצרַיִם.
[17] איך האָב באַשפּריצט מײַן געלעגער מיט מירע, אַלאָע, און צימערינג.
[18] קום, לאָמיר זיך זעטן מיט ליבע ביזן פֿרימאָרגן, לאָמיר זיך קװיקן מיט ליבשאַפֿט.
[19] װאָרעם מײַן מאַן איז נישטאָ אין דער הײם, ער איז אַװעק אױף אַ װײַטן װעג.
[20] דאָס בײַטל געלט האָט ער מיטגענומען מיט זיך, אין טאָג פֿון האַלבן חודש װעט ער קומען אַהײם.
[21] זי ציט אים מיט איר פֿיל אײַנרעדעניש, מיט אירע גלאַטע ליפּן פֿאַרפֿירט זי אים.
[22] ער גײט איר נאָך באַלד, װי אַן אָקס װאָס גײט צו דער שחיטה, און װי אױף אַ קײט צו דער שטראָף פֿון דעם נאַרן.
[23] ביז אַ פֿײַל שפּאַלט דורך זײַן לעבער; װי אַ פֿױגל אײַלט צו דער נעץ, און װײס נישט אַז עס איז אום איר לעבן.
[24] און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און פֿאַרנעמט די װערטער פֿון מײַן מױל.
[25] זאָל נישט אָפּקערן צו אירע װעגן דײַן האַרץ, זאָלסט נישט פֿאַרבלאָנדזשען אין אירע שטעגן.
[26] װאָרעם אַ סך דערשלאָגענע האָט זי אַװעקגעלײגט, און פֿיל זײַנען אירע דערהרגעטע.
[27] װעגן צו דער שְׁאֹול איז איר הױז, זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון טױט.