Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַלשע װאָגשאָלן זײַנען די אומװערדיקײט פֿון ה׳, און אַ פֿול געװיכט איז זײַן רָצון.

[2] קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד, אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.

[3] די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן, און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.

[4] פֿאַרמעג נוצט נישט אין טאָג פֿון צאָרן, אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.

[5] די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גלײַך מאַכן זײַן װעג, און דורך זײַן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.

[6] די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל, און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.

[7] אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט, גײט אונטער זײַן האָפֿענונג, און דער אױסקוק פֿון די תַּקיפֿים גײט אונטער.

[8] דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה, און דער רשע קומט אָן אױף זײַן אָרט.

[9] מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען זײַן חבֿר, אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.

[10] אַז די צדיקים איז גוט, פֿרײט זיך די שטאָט, און אַז די רשעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.

[11] דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן, און דורך דעם מױל פֿון די רשעים װערט זי צעשטערט.

[12] מבֿזה זײַן חבֿר, איז דער װאָס אָן שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװײַגט.

[13] דער רכילות-טרײַבער זאָגט אױס אַ סָוד, אָבער דער װאָס האָט אַ טרײַ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.

[14] אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק, און הילף איז דורך פֿיל יוֹעצים.

[15] שלעכט שנײַדט מען אָפּ אַז מע איז עָרבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן, אָבער דער װאָס האָט פֿײַנט גוטזאָגעניש איז זיכער.

[16] אַ באַחֵנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד, און שטאַרקע קריגן עשירות.

[17] זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש, און זײַן אײגן לײַב פֿאַראומגליקט דער אַכזר.

[18] דער רשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן, אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂכַר.

[19] פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז, יאָגט זיך נאָך זײַן טױט.

[20] אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען קרומהאַרציקע, און זײַן רָצון, די װאָס זײער װעג איז ערלעך.

[21] נאַ דיר מײַן האַנט! דעם שלעכטן װעט נישט געשאָנקען װערן, אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען.

[22] אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר, איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל.

[23] דער באַגער פֿון די צדיקים איז רַק גוט, די האָפֿענונג פֿון די רשעים איז חוצפּה.

[24] פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט, און עס קומט נאָך צו, און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף, בלױז צו פֿאַרמינערונג.

[25] אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט, און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.

[26] דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה, אים שילט דאָס פֿאָלק, אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט.

[27] דער װאָס זוכט גוטס, זוכט גוטװיליקײט, און דער װאָס איז אױסן בײז, װעט עס אים אָנקומען.

[28] דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן עשירות, ער װעט פֿאַלן, און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים.

[29] דער װאָס פֿאַראומגליקט זײַן הױז, װעט אַרבן װינט; און דער נאַר איז אַ קנעכט בײַם קלוגהאַרציקן.

[30] די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן, און די הערצער נעמט אײַן דער חכם.

[31] זע, דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד, הײַנט װי שױן דער רשע און דער זינדיקער!

מִשְׁלֵי — Chapters