Skip to content
Opens in a new window

[1] די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;

[2] כּדי צו װיסן חכמה און מוסר, צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;

[3] צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט, גערעכטיקײט און רעכט און יושר;

[4] צו געבן די נאַרן געשײַטקײט, דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;

[5] דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג, און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;

[6] צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה, די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.

[7] דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר ה׳, אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר.

[8] הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער, און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;

[9] װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ, און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.

[10] מײַן זון, אַז די זינדיקע װעלן דיך אָנרעדן, זאָלסטו נישט אײַנװיליקן.

[11] אַז זײ װעלן זאָגן: קום מיט אונדז! לאָמיר לױערן אױף בלוט, לאָמיר לאָקערן אױפֿן אומשולדיקן פֿאַר אומזיסט;

[12] לאָמיר זײ אײַנשלינגען לעבעדיקערהײט װי די שְׁאֹול, און גאַנצערהײט װי די װאָס נידערן אין גרוב;

[13] אַלערלײ טײַערע גוטס װעלן מיר געפֿינען, מיר װעלן אָנפֿילן אונדזער הױז מיט רױב;

[14] װאַרף דײַן גורל צװישן אונדז, אײן בײַטל װעט זײַן בײַ אונדז אַלעמען;

[15] זאָלסטו נישט גײן, מײַן זון, מיט זײ אין װעג, פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון זײער שטעג.

[16] װאָרעם זײערע פֿיס לױפֿן צו בײז, און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן בלוט.

[17] װאָרעם אומשולדיק איז אױסגעשפּרײט די נעץ, אין די אױגן פֿון אַלע געפֿליגלטע,

[18] בעת מע לױערט אױף זײער בלוט, מע לאָקערט אױף זײערע לעבנס.

[19] אַזױ זײַנען די װעגן פֿון איטלעכן װאָס איז גײַציק נאָך רױב; עס נעמט אַװעק דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט עס.

[20] די חכמה שרײַט אױף דער גאַס, אין די מערק לאָזט זי אַרױס איר קֹול;

[21] אין עק פֿון רױשיקע גאַסן רופֿט זי, בײַ די טױעראײַנגאַנגען, אין שטאָט, רעדט זי אירע רײד:

[22] ביז װאַנען, איר פֿאַרנאַרטע, װעט איר ליב האָבן נאַרישקײט, און די שפּעטער װעלן זיך גלוסטן געשפּעט, און די נאַרן װעלן פֿײַנט האָבן װיסן?

[23] קערט אײַך צו מײַן מוסר, אָט װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט צו אײַך, איך װעל אײַך מאַכן װיסן מײַנע װערטער.

[24] װײַל איך האָב גערופֿן, און איר האָט נישט געװאָלט, אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און קײנער האָט נישט פֿאַרנומען,

[25] נאָר איר האָט געמאַכט צו נישט מײַן יעטװעדער עצה, און מײַן מוסר האָט איר נישט געװאָלט,

[26] װעל איך אױך לאַכן אױף אײַער בראָך, איך װעל שפּעטן װען אײַער שרעק װעט קומען;

[27] װען עס קומט װי אַ געװיטער אײַער שרעק, און אײַער בראָך װעט װי אַ שטורעמװינט אָנקומען; װען עס קומט אױף אײַך נױט און אַנגסט.

[28] דענצמאָל װעלן זײ מיך רופֿן, און איך װעל נישט ענטפֿערן, זײ װעלן מיך זוכן, און װעלן מיך נישט געפֿינען.

[29] דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿײַנט געהאַט װיסן, און מורא פֿאַר ה׳ נישט אױסגעװײלט;

[30] נישט אײַנגעװיליקט צו מײַן עצה, פֿאַראַכט מײַן גאַנצן מוסר.

[31] דערום װעלן זײ עסן פֿון דער פֿרוכט פֿון זײער װעג, און מיט זײערע עצות זיך זעטן.

[32] װאָרעם די אָפּקערונג פֿון די פֿאַרנאַרטע װעט זײ הרגען, און די שלװה פֿון די נאַרן װעט זײ אונטערברענגען.

[33] אָבער דער װאָס הערט מיר צו װעט װױנען אין זיכערקײט, און באַרוט זײַן פֿון שרעק פֿאַר בײז.

מִשְׁלֵי — Chapters