Skip to content
Opens in a new window

[1] מײַן זון, פֿאַרנעם מײַן חכמה, נײַג דײַן אױער צו מײַן פֿאַרשטאַנדיקײט,

[2] כּדי זאָלסט אָפּהיטן געשײַטקײט, און דײַנע ליפּן זאָלן אױפֿפּאַסן קענשאַפֿט.

[3] װאָרעם האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער, און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.

[4] אָבער איר סוף איז ביטער װי װערמוט, שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד.

[5] אירע פֿיס נידערן צום טױט, אין שְׁאֹול שפּאַרן אָן אירע פֿיס.

[6] כּדי זי זאָל נישט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן, װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס נישט װוּהין.

[7] און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און איר זאָלט נישט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.

[8] דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג, און זאָלסט נישט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז,

[9] כּדי זאָלסט נישט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט, און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;

[10] כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך נישט זעטן מיט דײַן קראַפֿט, און דײַן מי זאָל נישט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;

[11] און װעסט ברומען אין דײַן סוף, װען דײַן לײַב און דײַן פֿלײש װעט זײַן פֿאַרלענדט,

[12] און װעסט זאָגן: װי האָב איך פֿײַנט געהאַט מוסר, און שטראָף האָט פֿאַראַכט מײַן האַרץ,

[13] און איך האָב נישט צוגעהערט דעם קֹול פֿון מײַנע װעגװײַזער, און צו מײַנע לערער נישט צוגענײַגט מײַן אױער!

[14] איך בין שיר נישט געװאָרן אַל דאָס בײז אין דער אײַנזאַמלונג און עדה.

[15] טרינק װאַסער פֿון דײַן גרוב, און לױפֿיקס פֿון דײַן ברונעם.

[16] דײַנע קװאַלן װעלן זיך צעשפּרײטן דערױסן, אין די גאַסן – די בעכן װאַסער.

[17] דיר אַלײן װעלן זײ געהערן, און נישט צו פֿרעמדע מיט דיר.

[18] זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט, און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.

[19] די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין, אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן, און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.

[20] און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער, און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?

[21] װאָרעם פֿאַר ה׳ס אױגן זײַנען די װעגן פֿון אַ מענטשן, און אַלע זײַנע שטעגן לײגט ער אױס.

[22] זײַנע אײגענע זינד באַצװינגען דעם רשע, און אין די שטריק פֿון זײַן חטא װערט ער פֿאַרהאַלטן.

[23] ער שטאַרבט אָן מוסר; און דורך זײַן גרױס נאַרישקײט װערט ער פֿאַרבלאָנדזשעט.

מִשְׁלֵי — Chapters