[1] דאָס פֿאָלק װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש, האָט דערזען אַ גרױס ליכטיקײט; די װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד פֿון טױטשאָטן, אױף זײ האָט אַ ליכטיקײט געשײַנט.
[2] האָסט געמערט דאָס פֿאָלק, האָסט געגרײסט זײַן פֿרײד; זײ פֿרײען זיך פֿאַר דיר, װי די פֿרײד בײַם שניט, װי מען קװעלט װען מע טײלט זיך מיט רױב.
[3] װאָרעם דעם יאָך פֿון זײַן לאַסט, און דעם שטאַנג פֿון זײַן נאַקן, די רוט פֿון זײַן דריקער, האָסטו צעבראָכן װי אין טאָג פֿון מִדיָן.
[4] װאָרעם יעטװעדער שוך װאָס האָט געשאַרט מיט רַעש, און יעטװעדער מאַנטל געװעלגערט אין בלוט, װעט זײַן צו בראַנד, אַ שפּײַז פֿאַרן פֿײַער.
[5] װאָרעם אַ קינד איז אונדז געבאָרן געװאָרן, אַ זון איז אונדז געגעבן געװאָרן, און די הערשאַפֿט איז אױף זײַן אַקסל; און מע רופֿט זײַן נאָמען: פֶּלֶא-יוֹעץ אֵל-גִבור, אַבֿי-עד שַׂר-שלום;
[6] צו מערן די הערשאַפֿט, און צו שלום אָן שיעור, אױף דעם טראָן פֿון דָוִד, און אױף זײַן מלוכה; זי צו פֿעסטיקן און זי אונטערצולענען מיט רעכט און גערעכטיקײט, פֿון אַצונד און ביז אײביק; דאָס אָננעמען זיך פֿון ה׳ צבָֿאוֹת טוט דאָס דאָזיקע.
[7] אֲדֹנָי האָט אַ װאָרט געשיקט אין יעקבֿ, און עס איז געפֿאַלן אין יִשׂרָאֵל.
[8] און װיסן װעט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אפֿרים און דער באַװױנער פֿון שוֹמרוֹן, װאָס זאָגט מיט גַאַװה און מיט גדלות פֿון האַרצן:
[9] ציגל זײַנען אײַנגעפֿאַלן, און געהאַקטע שטײנער װעלן מיר בױען; װילדע פֿײַגנבײמער זײַנען אָפּגעהאַקט געװאָרן, און מיט צעדערן װעלן מיר זײ פֿאַרבײַטען.
[10] דערום דערהײבט ה׳ די פֿײַנט פֿון רצין אױף אים, און זײַנע שׂונאים װעט ער אָנרײצן;
[11] אַרָם פֿון פֿאָרנט, און פּלִשתּים פֿון הינטן; און זײ עסן יִשׂרָאֵל מיטן גאַנצן מױל. בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.
[12] אָבער דאָס פֿאָלק קערט זיך נישט צו זײַן שלעגער, און ה׳ צבָֿאוֹת זוכן זײ נישט.
[13] און ה׳ פֿאַרשנײַדט פֿון יִשׂרָאֵל קאָפּ און עק, טײטלצװײַג און טײַכריטל, אין אײן טאָג.
[14] דער זקן און דער אָנגעזעענער, דאָס איז דער קאָפּ, און דער נבֿיא װאָס לערנט ליגן, דאָס איז דער עק.
[15] און די האַרן פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זײַנען פֿאַרפֿירער, און זײערע געפֿירטע זײַנען צעמישט.
[16] דערום פֿרײט זיך נישט אֲדֹנָי מיט זײַנע יונגע לײַט, און זײַנע יתומים און אַלמנות דערבאַרעמט ער נישט; װאָרעם איטלעכער איז זינדיק און טוט שלעכטס, און איטלעך מױל רעדט שענדלעכקײט. בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.
[17] װאָרעם די שלעכטיקײט ברענט װי אַ פֿײַער, זי פֿאַרצערט דערנער און װילדגעװעקס, און צינדט די געצװײַגן פֿון װאַלד, ביז זײ קנױלן זיך אין זײַלן פֿון רױך.
[18] דורך דעם צאָרן פֿון ה׳ צבָֿאוֹת איז צעפֿלאַקערט דאָס לאַנד, און דאָס פֿאָלק איז װי שפּײַז פֿאַרן פֿײַער; זײ דערבאַרעמען זיך נישט קײנער אױף זײַן ברודער,
[19] און מע רײַסט רעכטס, און בלײַבט הונגעריק, און מע עסט לינקס, און װערט נישט זאַט; זײ עסן איטלעכער דאָס פֿלײש פֿון זײַן אָרעם:
[20] מנַשֶה אפֿרימען, און אפֿרים מנַשֶהן, זײ אין אײנעם אױף יהוּדה. בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס, און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.