Skip to content
Opens in a new window

[1] די נבֿואה אױף בָבֿל, װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען:

[2] אױף אַ הױכן באַרג שטעלט אױף אַ פֿאָן, הײבט אױף דעם קֹול צו זײ, פֿאָכט מיט דער האַנט, זײ זאָלן קומען אין די טױערן פֿון פֿירשטן.

[3] איך האָב באַפֿױלן מײַנע געהײליקטע, יאָ, גערופֿן מײַנע גיבוֹרים פֿאַר מײַן צאָרן, מײַנע שטאָלצלוסטיקע.

[4] האָרך! אַ טומל אױף די בערג, גלײַך װי פֿון פֿאָלק אַ סך. האָרך! אַ גערױש פֿון מלוכות, פֿון אומות פֿאַרזאַמלטע. ה׳ צבָֿאוֹת באַפֿעלט אַ חיל פֿון מלחמה.

[5] זײ קומען פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן, פֿון עק פֿונעם הימל – ה׳ און די געצײַג פֿון זײַן צאָרן, די גאַנצע ערד צו צעשטערן.

[6] יאָמערט, װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳, װי אַ בראָך פֿון שַדַי װעט ער קומען.

[7] דערום װעלן אַלע הענט שלאַף װערן, און איטלעך האַרץ פֿון אַ מענטשן װעט צעגײן.

[8] און זײ װעלן דערשראָקן װערן; יסורים און װײען װעלן זײ קריגן, װי אַ געװינערין װעלן זײ זיך דרײען; אײנער אױפֿן אַנדערן װעלן זײ גאַפֿן, זײערע פּנימער, פּנימער פֿון פֿלאַמען.

[9] זע, דער טאָג פֿון ה׳ קומט, אומדערבאַרעמדיק מיט כּעס און גרימצאָרן, צו מאַכן די ערד פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַרטיליקן אירע זינדיקע פֿון איר.

[10] װאָרעם די שטערן פֿון הימל און זײַנע מזלות װעלן נישט שײַנען זײער ליכט; די זון װעט זײַן פֿינצטער אין איר אױפֿגאַנג, און די לבֿנה װעט נישט שימערן איר ליכט.

[11] און איך װעל זיך רעכענען מיט דער װעלט פֿאַרן בײז, און מיט די רשעים פֿאַר זײער זינד; און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די מוטװיליקע, און די גאװה פֿון די מאַכטיקע װעל איך דערנידערן.

[12] איך װעל מאַכן אַ מאַן זעלטענער פֿון גינגאָלד, און אַ מענטשן, פֿון אוֹפֿיר-גאָלד.

[13] װעגן דעם װעל איך מאַכן ציטערן די הימלען, און די ערד װעט אױפֿשטורעמען פֿון איר אָרט, אין דעם כּעס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, און אין דעם טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.

[14] און עס װעט זײַן: אַזױ װי אַ הירש אַ געיאָגטער, און אַזױ װי שאָף אָן אַן אײַנזאַמלער, װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן, און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.

[15] איטלעכער װאָס װערט געפֿונען, װעט דערשטאָכן װערן, און איטלעכער װאָס װערט געכאַפּט, װעט פֿאַלן דורכן שװערד.

[16] און זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן פֿאַר זײערע אױגן; זײערע הײַזער װעלן צערױבט װערן, און זײערע װײַבער װעלן געשענדט װערן.

[17] זע, איך דערװעק אױף זײ מָדַי, װאָס זילבער אַכטן זײ נישט, און גאָלד, דאָס װילן זײ נישט.

[18] און בױגנס װעלן צעהאַקן ייִנגלעך, און אױף פֿרוכט פֿון לײַב װעלן זײ נישט רַחמָנות האָבן, אױף קינדער װעט זיך נישט דערבאַרעמען זײער אױג.

[19] און בָבֿל, דאָס שײנדל פֿון מלוכות, די שטאָלצע פּראַכט פֿון די כַּשׂדים, װעט זײַן װי ג-טס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה.

[20] זי װעט אײביק נישט באַזעצט װערן, און נישט באַװױנט זײַן אױף דור-דורות; און קײן אַראַבער װעט דאָרט נישט אױפֿשטעלן אַ געצעלט, און קײן פּאַסטוכער װעלן דאָרט נישט מאַכן הױערן.

[21] נאָר װילדע קעץ װעלן דאָרטן הױערן, און זײערע הײַזער װעלן פֿול זײַן מיט קלאָג-חיות; און שטרױספֿױגלען װעלן דאָרט רוען, און שֵדים װעלן דאָרט אומטאַנצן.

[22] און שאַקאַלן װעלן װױען אין זײערע פּאַלאַצן און מדבר-הינט אין די פּאַלײַען פֿון תּענוג; און נאָנט איז איר צײַט צו קומען, און אירע טעג װעלן זיך נישט פֿאַרציִען.

יְשַעְיָה — Chapters