Skip to content
Opens in a new window

[1] די נבֿואה אױף דעם מדבר בײַם ים: װי שטורעמס אין דָרום װעט עס דורכגײן; פֿון מדבר קומט עס, פֿון אַ מוראדיקן לאַנד.

[2] אַ שװערע זעונג איז מיר אָנגעזאָגט געװאָרן: דער פֿעלשער פֿעלשט, און דער רױבער רױבט. גײ, אַרױף עֵילָם! באַלעגער, מָדַי! אַלע זיפֿצן װאָס דורך איר מאַך איך אױפֿהערן.

[3] דערום זײַנען מײַנע לענדן פֿול מיט ציטערניש, װײען האָבן מיך אָנגענומען װי װײען פֿון אַ געװינערין; איך בין צעקרימט און קען נישט הערן, איך בין צעטומלט און קען נישט זען.

[4] צעדולט איז מײַן האַרץ, אַן אַנגסט האָט מיך צעגרױלט; מײַן גלוסטיקן אָװנט האָט מען מיר צו שױדער געמאַכט.

[5] מע גרײט דעם טיש, מע דעקט די דעקע, מע עסט, מע טרינקט – שטײט אױף, איר האַרן, באַזאַלבט דעם שילד!

[6] װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט: גײ שטעל אַ װעכטער; װאָס ער װעט זען זאָל ער זאָגן.

[7] און אַז ער װעט זען אַ גערײַט, געשפּאַנען פֿערד, אַ גערײַט אײזלען, אַ גערײַט קעמלען, זאָל ער האָרכן אַ האָרכונג, אַ האָרכונג אַ גרױסע.

[8] האָט ער אױסגעשריִען װי אַ לײב: אױפֿן װאַכטורעם, אֲדֹנָי, שטײ איך תּמיד בײַ טאָג, און אױף מײַן היטונג בין איך געשטעלט אַלע נעכט.

[9] און זע, אָט איז געקומען אַ גערײַט מענטשן, געשפּאַנען פֿערד; און ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: געפֿאַלן, געפֿאַלן איז בָבֿל, און אַלע אירע שניצגעטער האָט מען צעבראָכן צו דער ערד.

[10] דו געדראָשענע מײַנע, און קינד פֿון מײַן שײַער, װאָס איך האָב געהערט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת אלוקי יִשׂרָאֵל, אײַך האָב איך דערצײלט.

[11] די נבֿואה אױף דוּמָה. צו מיר רופֿט מען פֿון שֵׂעִיר: װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט? װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?

[12] זאָגט דער װעכטער: געקומען פֿרימאָרגן און אױך נאַכט; אױב איר װילט פֿרעגן, פֿרעגט, קומט װידער צו גײן.

[13] די נבֿואה אױף עַרָבֿ: װי אין װאַלד װעט איר נעכטיקן אין עַרָבֿ, קאַראַװאַנען פֿון דדָנים.

[14] ברענגט װאַסער אַנטקעגן דעם דאָרשטיקן; די באַװױנער פֿון לאַנד תֵּימאָ זאָלן באַגעגענען מיט ברױט פֿאַר אים דעם פֿאַרװאָגלטן.

[15] װאָרעם פֿון שװערדן זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, פֿון דער געצױגענער שװערד, און פֿון דעם געשפּאַנטן בױגן, און פֿון דער שװערער מלחמה.

[16] װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט: אין נאָך אַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט פֿאַרלענדט װערן די גאַנצע פּראַכט פֿון קֵדָר,

[17] און די געבליבענע צאָל בױגנלײַט, די גיבוֹרים פֿון די קינדער פֿון קֵדָר, װעלן זײַן װינציק, װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט גערעדט.

יְשַעְיָה — Chapters