[1] די נבֿואה אױף צוֹר: יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט, אָן אַ הױז, אָן אַן אײַנגאַנג; פֿון לאַנד פֿון די כִּתּים איז דאָס זײ אַנטפּלעקט געװאָרן.
[2] זײַט שטיל, איר באַװױנער פֿון אינדזל; דו װאָס די סוחרים פֿון צידון, די ים-פֿאָרער, האָבן דיך אָנגעפֿילט.
[3] און איבער גרױסע װאַסערן איז דער זאָמען פֿון שיחוֹר, דער שניט פֿון נילוס, איר אײַנקום געװען; און זי איז געװען דער מאַרק פֿון די פֿעלקער.
[4] שעם זיך צידון, װאָרעם דער ים האָט געזאָגט, די פֿעסטונג פֿון ים, אַזױ צו זאָגן: װי איך װאָלט גאָרנישט געװײטאָקט און נישט געבאָרן, און קײן בחורים נישט דערצױגן, אָדער יונגפֿרױען אױפֿגעבראַכט.
[5] אַז מע װעט הערן אין מִצרַיִם, װעט מען ציטערן בײַ דער הערונג פֿון צוֹר.
[6] גײט אַריבער קײן תַּרְשִיש, יאָמערט, איר באַװױנער פֿון אינדזל.
[7] איז דאָס אײַך די פֿרײלעכע שטאָט, װאָס פֿון פֿריִע פֿאַרצײַטיקע טעג פֿלעגן זי פֿירן אירע פֿיס אין דער װײַטן צו װױנען?
[8] װער האָט דאָס באַראָטן אױף צוֹר דער באַקרױנטער, װאָס אירע סוחרים זײַנען געװען שׂרָרות, אירע האַנדלסלײַט די נִכבָדים פֿון דער ערד?
[9] ה׳ צבָֿאוֹת האָט דאָס באַראָטן, צו פֿאַרשװעכן דעם שטאָלץ פֿון אַל דער שײנקײט, צו מאַכן גרינגגעשאַצט אַלע נִכבָדים פֿון דער ערד.
[10] איבערפֿלײץ דײַן לאַנד װי דער נילוס, טאָכטער תַּרְשִיש, נישטאָ מער קײן אײַנצאַם.
[11] ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט איבערן ים, ער האָט געמאַכט ציטערן מלוכות; ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן כּנַעַן, צו פֿאַרטיליקן אירע פֿעסטונגען.
[12] און ער האָט געזאָגט: װעסט נישט מער לוסטיק זײַן, געשענדטע יונגפֿרױ טאָכטער צידון. שטײ אױף, גײ אַריבער קײן כִּתּים; אױך דאָרט װעסטו קײן מנוחה נישט האָבן.
[13] זע, דאָס לאַנד פֿון די כַּשׂדים – די דאָזיקע אומה איז נאָך נישט געװען װען אשור האָט עס געגרונטפֿעסט פֿאַר מדבר-באַשעפֿענישן – זײ האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע באַלעגערטורעמס, זײ האָבן אײַנגעװאָרפֿן אירע פּאַלאַצן; מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ חורבֿה.
[14] יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז אײַער פֿעסטונג.
[15] און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: װעט צוֹר זײַן פֿאַרגעסן זיבעציק יאָר, אַזױ װי די טעג פֿון אײן מלך; צום סוף פֿון זיבעציק יאָר װעט געשען מיט צוֹר אַזױ װי אין געזאַנג פֿון דער זוֹנה:
[16] נעם אַ האַרף, גײ אום אין שטאָט, פֿאַרגעסענע זוֹנה; שפּיל שײן, זינג פֿיל, כּדי זאָלסט דערמאָנט װערן.
[17] און עס װעט זײַן צום סוף פֿון זיבעציק יאָר, װעט ה׳ זיך דערמאָנען אָן צוֹר, און זי װעט זיך אומקערן צו איר זוֹנה-לױן, און װעט װידער פֿאַרקערן מיט אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
[18] אָבער איר פֿאַרדינסט און איר זוֹנה-לױן װעט זײַן הײליק צו ה׳; ער װעט נישט באַהאַלטן און נישט אײַנגעשלאָסן װערן; נײַערט פֿאַר די װאָס זיצן פֿאַר ה׳ װעט זײַן איר פֿאַרדינסט, צו עסן צו זאַט, און פֿאַר אַ צודעק אַ שײנעם.