[1] לוסטיק זײַן װעלן דער מדבר און די טריקעניש, און פֿרײען װעט זיך די װיסטע, און בליִען װי אַ רױז.
[2] בליִען װעט זי בליִען, און זיך פֿרײען, יאָ, מיט פֿרײד און געזאַנג; די פּראַכט פֿון לבֿנוֹן איז איר געגעבן, די שײנקײט פֿון כַּרמֶל און שָרוֹן; זײ װעלן זען די פּראַכט פֿון ה׳, די שײנקײט פֿון אלוקינו.
[3] שטאַרקט די שלאַפֿע הענט, און די שטרױכלדיקע קני טוט פֿעסטיקן.
[4] זאָגט צו די אומרויִקע הערצער: זײַט שטאַרק, האָט נישט מורא; אָט איז אלוקיכם, ער װעט קומען מיט נקמה, מיט פֿאַרגעלטונג פֿון אלֹקים װעט ער קומען און אײַך העלפֿן.
[5] דענצמאָל װעלן אױפֿגעמאַכט װערן די אױגן פֿון בלינדע, און די אױערן פֿון טױבע װעלן געעפֿנט װערן.
[6] דענצמאָל װעט אַ הינקעדיקער שפּרינגען װי אַ הינד, און די צונג פֿון אַ שטומען װעט זינגען; װאָרעם אין מדבר ברעכן אױס װאַסערן, און בעכן אין דער װיסטע.
[7] און דאָס הײסע געזעמדן װעט װערן אַ טײַך, און דער דאָרשטיקער לאַנד – קװאַלן װאַסער; אין װױנאָרט פֿון שאַקאַלן, װוּ זײ האָבן לײגן, װעט זײַן גראָז, מיט ראָר און יאַמש.
[8] און דאָרט װעט זײַן אַ שטעג און אַ װעג, און דער הײליקער װעג װעט מען אים רופֿן; נישט דורכגײן װעט אים אַן אומרײנער, נײַערט פֿאַר זײ װעט ער זײַן; װעגגײער אַפֿילו אומגעניטע װעלן נישט בלאָנדזשען.
[9] דאָרט װעט נישט זײַן קײן לײב, און קײן װילדע חיה װעט נישט אַרױפֿגײן אױף אים – זײ װעלן זיך דאָרט נישט געפֿינען. און די אױסגעלײזטע װעלן גײן,
[10] און די דערלײזטע פֿון ה׳ װעלן צוריקקערן, און װעלן קומען קײן צִיוֹן מיט געזאַנג, און אַן אײביקע שׂימחה װעט זײַן אױף זײער קאָפּ; שָׂשׂון און שׂימחה װעט זײ באַקומען, און אַנטלױפֿן װעלן טרױער און זיפֿצעניש.