[1] און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט ה׳ דײַן בורא, יעקבֿ, און דײַן פֿורעמער, יִשׂרָאֵל; זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך לײז דיך אױס, איך רוף דיך בײַם נאָמען, מײַנער ביסטו.
[2] אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר, און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן; און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן, און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.
[3] װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, דײַן העלפֿער; איך גיב מִצרַיִם פֿאַר דײַן אױסלײז, כּוּש און סבֿאָ אַנשטאָט דיר.
[4] װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן, געאַכט, און איך האָב דיך ליב; דערום גיב איך מענטשן אַנשטאָט דיר, און פֿעלקער אַנשטאָט דײַן לעבן.
[5] זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר; פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען, און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;
[6] איך װעל זאָגן צו צפֿון: גיב אַהער! און צו דָרום: זאָלסט נישט צוריקהאַלטן! ברענג מײַנע זין פֿון דער װײַט, און מײַנע טעכטער פֿון עק ערד;
[7] איטלעכן װאָס װערט גערופֿן מיט מײַן נאָמען, און װאָס איך האָב אים פֿאַר מײַן כּבֿוד באַשאַפֿן, אים געפֿורעמט און אים געמאַכט.
[8] ציט אַרױס דאָס פֿאָלק װאָס איז בלינד, און האָט אױגן, און די װאָס זײַנען טױב, און האָבן אױערן.
[9] אַלע פֿעלקער זאָלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און לאָזן זיך אױפֿקלײַבן די אומות; װער צװישן זײ קען דאָס זאָגן, און פֿאַרױסגעזענס אונדז לאָזן הערן? זאָלן זײ ברענגען זײערע עדות, און גערעכט זײַן, און זאָל מען הערן און זאָגן: עס איז אמת.
[10] איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳, און מײַן קנעכט װאָס איך האָב אױסדערװײלט, כּדי איר זאָלט װיסן, און גלױבן אין מיר, און פֿאַרשטײן אַז איך בין דאָס; פֿאַר מיר איז נישט געשאַפֿן געװאָרן קײן אֵל, און נאָך מיר װעט נישט זײַן.
[11] איך, איך בין ה׳, און חוץ מיר איז קײן העלפֿער נישטאָ.
[12] איך האָב אָנגעזאָגט און געהאָלפֿן, און איך האָב געמאַכט הערן, און נישט אַ פֿרעמדער איז געװען צװישן אײַך; און איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳, אַז איך בין אֵל.
[13] אױך הײַנט בין איך דער אײגענער, און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט; איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?
[14] אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אײַער אױסלײזער, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל: פֿון אײַערט װעגן שיק איך קײן בָבֿל, און װעל זײ אַלע מאַכן נידערן אַנטלאָפֿענע, און די כַּשׂדים – אין זײערע לוסטיקע שיפֿן.
[15] איך בין ה׳, אײַער הײליקער, דער באַשעפֿער פֿון יִשׂרָאֵל, אײַער קיניג.
[16] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט, דער װאָס האָט געגעבן דורכן ים אַ װעג, און דורך מאַכטיקע װאַסערן אַ שטעג;
[17] װאָס האָט געלאָזט אַרױסציען רײַטװעגן און פֿערד, חיל און שטאַרקײט, זײ זאָלן ליגן אין אײנעם, זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן – זײ האָבן געצאַנקט, זײ האָבן װי אַ קנױט זיך אױסגעלאָשן:
[18] איר זאָלט נישט דערמאָנען דאָס פֿריִערדיקע, און דאָס אַמאָליקע זאָלט איר נישט באַרטראַכטן.
[19] אָט טו איך אַ נײַס; אַצונד שפּראָצט עס; דערקענט איר עס נישט? יאָ, איך װעל מאַכן אין מדבר אַ װעג, אין דער װיסטעניש טײַכן.
[20] ערלעכן װעט מיך די חיה פֿון פֿעלד, שאַקאַלן און שטרױספֿױגלען, װײַל איך גיב אין מדבר װאַסער, טײַכן אין דער װיסטעניש, אָנצוטרינקען מײַן פֿאָלק, מײַן אױסדערװײלטס;
[21] דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב מיר באַשאַפֿן, זײ זאָלן דערצײלן מײַן לױב.
[22] און מיך האָסטו נישט גערופֿן, יעקבֿ, אַז דו זאָלסט זײַן מיד פֿון מיר, יִשׂרָאֵל;
[23] האָסט מיר נישט געבראַכט דאָס לאַם פֿון דײַנע בראַנדאָפּפֿער, און מיט דײַנע שלאַכטאָפּפֿער האָסטו מיך נישט געערלעכט; איך האָב דיך נישט באַשװערט מיט שפּײַזאָפּפֿער, און דיך נישט מיד געמאַכט מיט װײַרעך.
[24] האָסט מיר נישט געקױפֿט פֿאַר געלט געװירצראָר, און מיט פֿעטס פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער מיך נישט געזעט; נײַערט האָסט מיך באַשװערט מיט דײַנע חטאָים, מיך מיד געמאַכט מיט דײַנע זינד.
[25] איך, איך בין דער װאָס מעק אױס דײַנע איבערטרעטן פֿון מײַנעט װעגן, און דײַנע חטאָים װעל איך נישט דערמאָנען.
[26] דערמאָן מיר, לאָמיר זיך משפּטן מיט אַנאַנדער, דערצײל דו, כּדי זאָלסט גערעכט זײַן.
[27] דײַן ערשטער פֿאָטער האָט געזינדיקט, און דײַנע פֿירשפּרעכער האָבן געבראָכן אָן מיר.
[28] דערום האָב איך פֿאַרשװעכט די האַרן פֿון הײליקטום, און געגעבן צו פֿאַרװיסטונג יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל צו לעסטערונג.