[1] זע, מיט רעכטפֿאַרטיקײט װעט קיניגן דער קיניג, און האַרן – זײ װעלן הערשן מיט גערעכטיקײט.
[2] און איטלעכער װעט זײַן װי אַ באַהעלטעניש פֿון װינט, און אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוסרעגן; װי אַ בעכן װאַסער אין אַ טריקעניש, װי דער שאָטן פֿון אַ שװערן פֿעלדז אין אַ פֿאַרשמאַכטן לאַנד.
[3] און נישט פֿאַרקלעפּט זײַן װעלן די אױגן פֿון די זעער, און די אױערן פֿון די הערער װעלן פֿאַרנעמען.
[4] און דאָס האַרץ פֿון די איבעראײַלטע װעט פֿאַרשטײן צו װיסן, און די צונג פֿון די שטאַמלער װעט רעדן געלױפֿיק קלאָר.
[5] און דעם געמײנעם װעט מען נישט רופֿן מער אַדלמאַן, און אױפֿן גײציקן װעט מען נישט זאָגן מער נַדיבֿן.
[6] װאָרעם דער געמײנער רעדט געמײן, און זײַן האַרץ אַרבעט אומרעכט, צו טאָן פֿאַלשקײט, און צו רעדן װעגן ה׳ מיט גענאַר; צו לאָזן לײדיק דעם לײַב פֿון דעם הונגעריקן, און דעם טראַנק פֿון דעם דאָרשטיקן צו מינערן.
[7] און דער גײציקער, זײַנע געצײַג זײַנען שלעכט, בײזע מחשבֿות באַראָט ער, אומצוברענגען דעם אָרעמאַן מיט רײד פֿון ליגן, אַפֿילו װען דער אבֿיון טענהט גערעכט.
[8] אָבער דער אַדלמאַן באַראָט אַדלקײט, און אױף אַדלקײט װעט ער באַשטײן.
[9] איר רויִקע װײַבער, שטײט אױף, הערט מײַן קֹול, איר זיכערע טעכטער, פֿאַרנעמט מײַן זאָג.
[10] טעג און יאָרן װעט איר ציטערן, איר זיכערע, װאָרעם די לעז איז פֿאַרלענדט, קײן אײַנזאַמלונג װעט נישט קומען.
[11] שױדערט, איר רויִקע, ציטערט, איר זיכערע; טוט אײַך אױס און אַנטבלױזט אײַך, און גורט זאַק אױף די לענדן,
[12] אױף די בריסט זיך שלאָגנדיק, איבער די גלוסטיקע פֿעלדער, איבערן פֿרוכטיקן װײַנשטאָק;
[13] איבער דער ערד פֿון מײַן פֿאָלק, פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס; יאָ, איבער אַלע הײַזער פֿון לוסטיקײט, איבערן פֿרײלעכן כּרך.
[14] װאָרעם דער פּאַלאַץ איז פֿאַרלאָזט, דער טומל פֿון שטאָט האָט אױפֿגעהערט; דער ערדװאַל און דער טורעם זײַנען פֿאַר הײלן אױף אײביק, אַ פֿרײד פֿאַר װאַלדאײזלען, אַ פֿיטערונג פֿאַר סטאַדעס.
[15] ביז אױסגעגאָסן װעט װערן אױף אונדז דער רוּחַ הקדש פֿון דער הײך, און דער מדבר װעט װערן אַ פֿרוכטגאָרטן, און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן.
[16] און אין מדבר װעט רוען גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט װעט װױנען אין פֿרוכטגאָרטן.
[17] און דאָס װערק פֿון רעכטפֿאַרטיקײט װעט זײַן שלום, און דער אױפֿטו פֿון רעכטפֿאַרטיקײט – רו און זיכערקײט אױף אײביק.
[18] און מײַן פֿאָלק װעט זיצן אין אַ װױנונג פֿון שלום, און אין װױנערטער זיכערע, און אין רוּונגען שטילע.
[19] און מע װעט זיך צעשפּרײטן אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון װאַלד, און ביז אין דער נידערונג װעט נידערן די שטאָט.
[20] װױל צו אײַך װאָס זײט בײַ אַלע װאַסערן, װאָס לאָזט אַרױס פֿרײַ דעם פֿוס פֿון דעם אָקס און דעם אײזל.