[1] הערט דאָס צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, די װאָס װערן גערופֿן מיטן נאָמען יִשׂרָאֵל, און פֿון קװאַל פֿון יהוּדה זײַנען זײ אַרױס; װאָס שװערן בײַם נאָמען ה׳, און אלוקי יִשׂרָאֵל דערמאָנען זײ – נישט מיט אמת, און נישט מיט גערעכטיקײט.
[2] װאָרעם אױף דער הײליקער שטאָט רופֿן זײ זיך, און אױף אלוקי יִשׂרָאֵל לענען זײ זיך, װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
[3] דאָס פֿריִערדיקע האָב איך פֿון אַ מאָל אָנגעזאָגט, און פֿון מױל איז עס אַרױס, און איך האָב עס געלאָזט הערן; פּלוצעם האָב איך געטאָן, און עס איז געשען.
[4] װײַל איך האָב געװוּסט אַז האַרט ביסטו, און אַן אײַזערנער אָדער איז דײַן נאַקן, און דײַן שטערן איז קופּער;
[5] דערום האָב איך דיר אָנגעזאָגט פֿון אַ מאָל, אײדער עס איז געקומען, האָב איך דיך געלאָזט הערן; כּדי זאָלסט נישט זאָגן: מײַן געץ האָט עס געטאָן, און מײַן געשניצט און מײַן געגאָסן בילד האָט עס באַפֿױלן.
[6] האָסט געהערט, זע, אַל דאָס דאָזיקע, און איר װעט עס דאָך צוגעבן; איך האָב דיך געלאָזט הערן נײַסן אַצונד, און פֿאַרבאָרגנס װאָס דו האָסט נישט געװוּסט.
[7] אַצונד איז עס באַשאַפֿן געװאָרן, און נישט פֿון אַ מאָל, און אַ טאָג פֿריִער האָסטו פֿון דעם נישט געהערט; כּדי זאָלסט נישט זאָגן: זע, איך האָב עס געװוּסט.
[8] נישט צו מאָל געהערט האָסטו, נישט צו מאָל געװוּסט האָסטו, נישט צו מאָל געעפֿנט האָט זיך דײַן אױער פֿון אַ מאָל; װאָרעם איך האָב געװוּסט אַז פֿעלשן װעסטו פֿעלשן, און פֿאַרברעכער פֿון מוטערלײַב האָט מען דיך גערופֿן.
[9] פֿון מײַן נאָמען װעגן װעל איך אײַנהאַלטן מײַן צאָרן, פֿון מײַן לױב װעגן װעל איך מיך צאַמען קעגן דיר, כּדי דיך נישט צו פֿאַרשנײַדן.
[10] זע, איך האָב דיך געלײַטערט, אָבער נישט װי זילבער, איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן.
[11] פֿון מײַנעט װעגן, פֿון מײַנעט װעגן װעל איך טאָן; װאָרעם װי זאָל מײַן נאָמען פֿאַרשװעכט װערן? און מײַן כּבֿוד װעל איך קײן אַנדערן נישט געבן.
[12] הער מיר צו, יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל מײַן גערופֿענער: איך בין דאָס; איך בין דער ערשטער, איך בין אױך דער לעצטער.
[13] יאָ, מײַן האַנט האָט געגרונטפֿעסט די ערד, און מײַן רעכטע האָט אױסגעשפּרײט די הימלען; איך רוף צו זײ, שטעלן זײ זיך אױף אין אײנעם.
[14] זאַמלט אײַך אײַן, איר אַלע, און הערט: װער צװישן זײ האָט פֿאַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע? דער װאָס ה׳ האָט אים ליב, װעט טאָן זײַן באַגער אין בָבֿל, און זײַן אָרעם װעט זײַן אױף די כַּשׂדים.
[15] איך, איך האָב גערעדט, און האָב אים גערופֿן, אים געבראַכט, און ער װעט באַגליקן אױף זײַן װעג.
[16] גענענט צו מיר, הערט דאָס צו: פֿון אָנהײב אָן האָב איך נישט אין פֿאַרבאָרגעניש גערעדט, פֿון זינט עס געשעט בין איך דערבײַ; און אַצונד האָט אֲדֹנָי ה׳ מיך געשיקט מיט זײַן גײַסט.
[17] אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן אױסלײזער, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל. איך, ה׳ דײַן ג-ט, לערן דיך צו נוץ, פֿיר דיך אױף דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן.
[18] הלװאַי װאָלסטו פֿאַרנומען מײַנע געבאָט, װאָלט געװען װי אַ טײַך דײַן שלום, און דײַן הילף װי די אינדן פֿון ים;
[19] און געװען װי זאַמד װאָלט דײַן זאָמען, און די שפּראָצן פֿון דײַן לײַב װי זײַנע קערנער; נישט פֿאַרשניטן און נישט פֿאַרטיליקט װאָלט װערן זײַן נאָמען פֿון פֿאַר מיר.
[20] גײט אַרױס פֿון בָבֿל, אַנטלױפֿט פֿון די כַּשׂדים, מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג; זאָגט אָן, מאַכט דאָס הערן, טראָגט עס פֿונאַנדער ביז צום עק פֿון דער ערד; זאָגט: ה׳ האָט אױסגעלײזט יעקבֿ זײַן קנעכט.
[21] און זײ האָבן נישט געדאָרשט װען ער האָט זײ דורך װיסטענישן געפֿירט; װאַסער פֿון פֿעלדז האָט ער געמאַכט רינען פֿאַר זײ; יאָ, אַ פֿעלדז האָט ער געשפּאָלטן, און װאַסער האָט געפֿלאָסן.
[22] נישטאָ קײן שלום, זאָגט ה׳, פֿאַר די רשעים.