[1] אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו זײַן געזאַלבטן, צו כּוֹרֶשן װאָס איך האַלט זײַן רעכטע האַנט, צו מאַכן אונטערטעניק פֿאַר אים פֿעלקער, און איך זאָל לױז מאַכן די לענדן פֿון מלכים; צו עפֿענען פֿאַר אים טירן, און טױערן זאָלן נישט פֿאַרשלאָסן זײַן:
[2] איך װעל גײן דיר פֿאַרױס, און קרומע ערטער װעל איך אױסגלײַכן; קופּערנע טירן װעל איך צעברעכן, און אײַזערנע ריגלען װעל איך צעהאַקן.
[3] און איך װעל דיר געבן די אוֹצרות פֿון דער פֿינצטערניש, און די שאַצן פֿון פֿאַרבאָרגענישן, כּדי זאָלסט װיסן אַז איך בין ה׳, װאָס רופֿט דיך בײַם נאָמען, אלוקי יִשׂרָאֵל.
[4] פֿון װעגן דעם קנעכט מײַנעם יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל מײַן אױסדערװײלטן, האָב איך דיך גערופֿן בײַ דײַן נאָמען, דיך באַטיטלט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט.
[5] איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ, חוץ מיר איז קײן אלֹקים נישט פֿאַראַן; איך האָב דיך באַגורט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט;
[6] כּדי מע זאָל װיסן פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון און פֿון איר אונטערגאַנג, אַז נישטאָ אױסער מיר; איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ;
[7] דער װאָס פֿורעמט ליכט, און באַשאַפֿט פֿינצטערניש, מאַכט פֿריד, און באַשאַפֿט בײז; איך ה׳ מאַך אַל די דאָזיקע.
[8] טריפֿט, איר הימלען, פֿון אױבן, און די װאָלקנס זאָלן רינען גערעכטיקײט; זאָל די ערד זיך עפֿענען, און ישועות זאָלן זיך פֿרוכפּערן. און רעכטפֿאַרטיקײט זאָל זײ מאַכן שפּראָצן באַגלײַך; איך ה׳ האָב דאָס באַשאַפֿן.
[9] װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער – אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד! װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו? אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?
[10] װײ, דער װאָס זאָגט צו דעם פֿאָטער: נאָך װאָס מאַכסטו געבערן? און צו דער פֿרױ: נאָך װאָס האָסטו װײען?
[11] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל און זײַן פֿורעמער: פֿרעגט מיך דאָס קומעדיקע, באַפֿעלט מיר װעגן מײַנע קינדער און װעגן דעם װערק פֿון מײַנע הענט?
[12] איך האָב געמאַכט די ערד, און דעם מענטשן אױף איר באַשאַפֿן; איך – מײַנע הענט האָבן אױסגעצױגן די הימלען, און זײער גאַנצן חיל האָב איך באַפֿױלן.
[13] איך האָב אים דערװעקט מיט גערעכטיקײט, און אַלע זײַנע װעגן װעל איך אױסגלײַכן; ער װעט בױען מײַן שטאָט, און מײַנע פֿאַרטריבענע װעט ער אַרױסלאָזן, נישט אום געצאָלט, און נישט אום שוחד, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
[14] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: די מי פֿון מִצרַיִם, און דער מסחר פֿון כּוּש, און די סבֿאים, די װוּקסיקע לײַט, װעלן איבערגײן צו דיר, און דײַנע װעלן זײ װערן; הינטער דיר װעלן זײ גײן, אין קײטן װעלן זײ אַריבערקומען, און בוקן װעלן זײ זיך צו דיר; בעטן װעלן זײ זיך בײַ דיר: נאָר בײַ דיר איז אֵל, און אַחוּץ דיר איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
[15] פֿאַר װאָר, ביסט אַן אֵל װאָס פֿאַרבאָרגט זיך, אלוקי יִשׂרָאֵל, דו העלפֿער.
[16] פֿאַרשעמט און אױך צו שאַנד װערן זײ אַלע, מיט שאַנד גײען אַװעק אין אײנעם אַלע מײַנסטערס פֿון געצנבילדער.
[17] יִשׂרָאֵל װערט געהאָלפֿן פֿון ה׳ אַן אײביקע הילף; איר װעט נישט פֿאַרשעמט און נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען ביז אײביקאײביקײטן.
[18] װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער באַשעפֿער פֿון די הימלען, – ער, האלֹקים, װאָס האָט געפֿורעמט די ערד און זי געמאַכט; ער װאָס האָט זי אױפֿגעשטעלט, נישט פֿאַר אַ װיסטעניש זי באַשאַפֿן, נאָר צום װױנען זי געפֿורעמט: איך בין ה׳, און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
[19] נישט אין פֿאַרבאָרגעניש האָב איך גערעדט, אין אַן אָרט פֿון פֿינצטערלאַנד; איך האָב נישט געזאָגט צו דעם זאָמען פֿון יעקבֿ: אין װיסטעניש זוכט מיך; איך ה׳ רעד גערעכטיקײט, זאָג אָן די ריכטיקײט.
[20] זאַמלט אײַך אײַן און קומט גענענט אין אײנעם, איר אַנטרונענע פֿון די פֿעלקער; אָן פֿאַרשטאַנד זײַנען די װאָס טראָגן זײער האָלצגעשניץ, און טוען תּפֿילה צו אַן אֵל װאָס העלפֿט נישט.
[21] זאָגט אָן, און מאַכט זײ גענענען, און לאָמען האַלטן אַן עצה אין אײנעם: װער האָט דאָס געלאָזט הערן פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון לאַנג אָן דאָס אָנגעזאָגט? פֿאַר װאָר, איך ה׳, און נישטאָ מער קײן אלֹקים אַחוץ מיר, אַן אֵל אַ גערעכטער און אַ העלפֿער; און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
[22] קערט אײַך צו מיר, און װערט געהאָלפֿן, אַלע עקן פֿון דער ערד; װאָרעם איך בין אֵל, און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
[23] איך האָב געשװאָרן בײַ מיר: אַ װאָרט איז אַרױס פֿון מײַן מױל אין גערעכטיקײט, און װעט זיך נישט אומקערן, אַז צו מיר זאָל זיך בײגן יעטװעדער קני, זאָל שװערן יעטװעדער צונג.
[24] נאָר אין ה׳ – װעט מען זאָגן פֿון מיר – גערעכטיקײט און שטאַרקײט; צו אים װעלן קומען און זיך שעמען אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף אים.
[25] דורך ה׳ װעט דער גאַנצער זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל גערעכט װערן און זיך רימען אין אים.