[1] די זעונג פֿון ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, װאָס ער האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם, אין די טעג פֿון עוּזִיָהו, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָהו, די מלכים פֿון יהוּדה.
[2] הערט איר הימלען, און פֿאַרנעם דו ערד, װאָרעם ה׳ האָט גערעדט: קינדער האָב איך דערצױגן און אױפֿגעבראַכט, און זײ האָבן געבראָכן אָן מיר.
[3] אַן אָקס װײס זײַן בַעַל־הבית, און אַן אײזל די קאָריטע פֿון זײַן האַר; יִשׂרָאֵל װײס נישט, מײַן פֿאָלק קוקט זיך נישט אום.
[4] װײ, זינדיקע אומה, פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשװערט, זאָמען פֿון שלעכטסטוער, קינדער פֿאַרדאָרבענע! פֿאַרלאָזט האָבן זײ ה׳, געלעסטערט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל, אַהינטער זיך אָפּגעקערט.
[5] װוּ נאָך װילט איר געשלאָגן װערן, װאָס איר קערט אײַך נאָך מער אָפּ? דער גאַנצער קאָפּ איז קראַנק, און דאָס גאַנצע האַרץ איז אין װײטאָג;
[6] פֿון פֿוסטריט ביזן קאָפּ איז אין אים קײן גאַנץ גליד נישטאָ, נאָר אַ ריס און אַ בײל און אַן אײַטעריק װוּנד; נישט אױסגעדריקט זײַנען זײ געװאָרן, און נישט פֿאַרבונדן, און נישט מיט אײל דערװײכט.
[7] אײַער לאַנד איז אַ װיסטעניש, אײַערע שטעט זײַנען אין פֿײַער פֿאַרברענט; אײַער ערד – פֿרעמדע פֿאַרצערן זי אײַך אַנטקעגן, און װיסט איז זי װי דער איבערקער פֿון אַ פֿלײצונג.
[8] און געבליבן איז טאָכטער צִיוֹן, װי אַ בײַדל אין אַ װײַנגאָרטן, װי אַ נאַכטלעג אין אַ פּלוצערפֿעלד, װי אַ װאַכבוד פֿון ריטלעך.
[9] װען נישט ה׳ צבָֿאוֹת װאָלט אונדז אַ קלײן איבערבלײַב געלאָזט, װאָלטן מיר װי סדוֹם געװאָרן, צו עַמוֹרָה װאָלטן מיר געװען געגליכן.
[10] הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר האַרן פֿון סדוֹם; פֿאַרנעמט די לער פֿון אלוקינו, איר פֿאָלק פֿון עַמוֹרָה.
[11] צו װאָס מיר אײַערע פֿיל שלאַכטאָפּפֿער? זאָגט ה׳, איך בין זאַט מיט בראַנדאָפּפֿער פֿון װידערס, און מיט פֿעטס פֿון געשטאָפּטע; און בלוט פֿון אָקסן און שעפּסן און בעק װיל איך נישט פֿאַרלאַנגען.
[12] אַז איר קומט זיך װײַזן פֿאַר מיר, װער בעט דאָס פֿון אײַך מײַנע הױפֿן צו טרעטן?
[13] נישט ברענגט מער קָרְבֳנוֹת אומזיסט, אַן אומװערדיקע דעמפֿונג איז דאָס מיר; ראָש-חודש און שבת, רופֿן אַ פֿאַרזאַמלונגע – אומרעכט מיט אײַנזאַמלונג קען איך נישט לײַדן;
[14] אײַערע ראָש-חודשן און אײַערע יוֹם-טובֿים האָט פֿײַנט מײַן זעל; זײ זײַנען מיר צו לאַסט געװאָרן, איך קען זײ נישט פֿאַרטראָגן.
[15] און אַז איר שפּרײט אױס אײַערע הענט, װעל איך פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אײַך; און פֿיל איר זאָלט נישט תּפֿילה טאָן, הער איך נישט צו; אײַערע הענט זײַנען פֿול מיט בלוט.
[16] װאַשט אײַך, רײניקט אײַך, טוט אָפּ אײַערע שלעכטע מעשׂים פֿון קעגן מײַנע אױגן, הערט אױף שלעכטס טאָן;
[17] לערנט גוטס טאָן, זוכט גערעכטיקײט, שטאַרקט דעם געדריקטן, טוט רעכט דעם יתום, נעמט זיך אָן פֿאַר דער אַלמנה.
[18] קומט נאָר, און לאָמיר זיך דורכרעדן, זאָגט ה׳: אױב אײַערע זינד װעלן װי קאַרמין זײַן, װעלן זײ װײַס װי שנײ װערן; אױב זײ װעלן רױט זײַן װי װערמילפֿאַרב, װעלן זײ װי װאָל װערן.
[19] אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן, װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;
[20] אָבער אַז איר װעט נישט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן, װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן; װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.
[21] װי איז אַ זוֹנה געװאָרן די געטרײַע שטאָט! געװען פֿול מיט גערעכטיקײט, רעכטפֿאַרטיקײט פֿלעגט רוען אין איר, און אַצונדערטאָ – מערדערס.
[22] דײַן זילבער איז פּסולת געװאָרן, דײַן טראַנק איז מיט װאַסער געמישט.
[23] דײַנע האַרן זײַנען אָפּקערערס, און חבֿרים פֿון גנבֿים; איטלעכער האָט ליב שוחד, און יאָגט זיך נאָך געצאָלט; דעם יתום טוען זײ נישט קײן רעכט, און דער שטרײַט פֿון דער אַלמנה גײט זײ נישט אָן.
[24] דערום זאָגט דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת, דער מאַכטיקער פֿון יִשׂרָאֵל: אָ, איך װעל זיך שטילן אָן מײַנע פֿײַנט, און זיך נוקם זײַן אָן מײַנע שׂונאים.
[25] און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף דיר, און לײַטערן װי מיט לױג דײַנע פּסולת, און אָפּטאָן אַלע דײַנע בלײַען.
[26] און איך װעל אומקערן דײַנע ריכטער װי צוערשט, און דײַנע יוֹעצים װי אין אָנהײב; דערנאָך װעט מען דיך רופֿן דער כּרך פֿון גערעכטיקײט, די געטרײַע שטאָט.
[27] צִיוֹן װעט דורך גערעכטיקײט דערלײזט װערן, און אירע צוריקגעקערטע דורך רעכטפֿאַרטיקײט.
[28] און אַ בראָך אױף די פֿאַרברעכער און זינדיקע אין אײנעם; און די װאָס פֿאַרלאָזן ה׳, װעלן פֿאַרלענדט װערן.
[29] װאָרעם מע װעט צו שאַנד װערן פֿון די אײכנבײמער װאָס איר האָט געגלוסט, און איר װעט זיך שעמען מיט די גערטנער װאָס איר האָט אױסדערװײלט.
[30] װאָרעם איר װעט זײַן װי אַ טערעבינט װאָס זײַן בלאַט װערט פֿאַרװעלקט, און װי אַ גאָרטן װאָס האָט נישט קײן װאַסער.
[31] און דער שטאַרקער װעט װערן װי פֿלאַקסשטרױ, און זײַן װערק אַ פֿונק און בײדע אין אײנעם װעלן ברענען, און קײן לעשער װעט נישט זײַן.