Skip to content
Opens in a new window

[1] דער גערעכטער גײט אונטער, און קײן מענטש נעמט נישט צום האַרצן, און פֿרומע לײַט װערן אַװעקגענומען, און קײנער באַטראַכט נישט, אַז פֿון װעגן דער שלעכטיקײט איז אַװעקגענומען געװאָרן דער גערעכטער.

[2] ער גײט צו זײַן פֿריד; אױף זײערע קבֿר-געלעגערס רוען די װאָס זײַנען געגאַנגען אין זײער ערלעכקײט.

[3] און איר גענענט אַהער, זין פֿון אַ כּישופֿמאַכערין, זאָמען פֿון אַ נואף און אַ זוֹנה.

[4] אױף װעמען מאַכט איר אײַך לוסטיק? אױף װעמען רײַסט איר אױף דאָס מױל, שטעקט איר אַרױס אַ צונג? פֿאַר װאָר, איר זײַט קינדער פֿון פֿאַרברעך, זאָמען פֿון ליגן,

[5] איר װאָס דערהיצט אײַך צװישן די אײכנבײמער, אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם; װאָס שעכט די קינדער אין די טאָלן, אונטער די שפּאַלטן פֿון די פֿעלדזן.

[6] צװישן די גלאַטע שטײנער פֿון טאָל איז דײַן טײל, זײ, זײ זײַנען דײַן גורל; צו זײ אױך האָסטו געגאָסן גיסאָפּפֿער, האָסטו אױפֿגעבראַכט שפּײַזאָפּפֿער. זאָל איך װעגן דעם זיך באַרוען?

[7] אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרג האָסטו דײַן געלעגער געמאַכט; אַהין אױך ביסטו אַרױפֿגעגאַנגען שלאַכטאָפּפֿער צו שלאַכטן.

[8] און הינטער דער טיר און דעם מְזוּזָה האָסטו אַרױפֿגעטאָן דײַן דערמאָנצײכן, װאָרעם פֿון מיר ביסטו אָפֿן אַװעקגעגאַנגען; האָסט ברײט געמאַכט דײַן געלעגער, און האָסט דיר מיט זײ אַ בונד געמאַכט װאָס דו האָסט זײער געלעגער ליב געהאַט, זײער האַנט געזען.

[9] און ביסט געגאַנגען צום מלך מיט זאַלב, און האָסט געמערט דײַנע בשׂמים; און האָסט געשיקט דײַנע שלוחים ביז אין דער װײַט, און ביז אין שְׁאֹול געמאַכט נידערן.

[10] פֿון דײַנע פֿיל װעגן ביסטו מיד געװאָרן, אָבער האָסט נישט געזאָגט: פֿאַרפֿאַלן! שטאַרקײט אין דײַן האַנט האָסטו געפֿונען, דערום האָסטו זיך נישט געקימערט.

[11] און פֿאַר װעמען האָסטו זיך געשראָקן און מורא געהאַט, אַז דו זאָלסט זיך פֿאַרשטעלן? אַז אָן מיר האָסטו נישט געדאַכט, נישט גענומען זיך צום האַרצן; פֿאַר װאָר, איך שװײַג, און פֿון אײביק אָן, דערום האָסטו נישט מורא פֿאַר מיר.

[12] װעל איך דערצײלן דײַן גערעכטיקײט, און דײַנע מעשׂים, זײ װעלן דיר נישט גוטס טאָן.

[13] אַז דו שרײַסט, זאָלן דײַנע געזעמלען דיך מציל זײַן; אָבער זײ אַלעמען װעט דער װינט אַװעקטראָגן, װעט אַ הױך אַװעקנעמען; און דער װאָס באַשיצט זיך אין מיר װעט אַרבן דאָס לאַנד, און יַרשען מײַן הײליקן באַרג.

[14] און ער װעט זאָגן: טרעט אױס, טרעט אױס, ראַמט אָפּ דעם װעג, הײבט אױף די שטרױכלונג פֿון דעם װעג פֿון מײַן פֿאָלק.

[15] װאָרעם אַזױ זאָגט דער הױכער און דערהױבענער, דער װאָס װױנט אין אײביקײט, און הײליק איז זײַן נאָמען: אין הױכקײט און הײליקײט טו איך רוען, אָבער אױך בײַם דערשלאָגענעם און געפֿאַלענעם אין געמיט, אױפֿצולעבן דאָס געמיט פֿון געפֿאַלענע, און אױפֿצולעבן דאָס האַרץ פֿון דערשלאָגענע.

[16] װאָרעם נישט אײביק טו איך קריגן, און נישט תּמיד טו איך צערענען; װאָרעם דער גײַסט װאָס באַקלײדט זיך, איז פֿון מיר, און די נשמות האָב איך געמאַכט.

[17] פֿאַר דער זינד פֿון זײַן גײַציקײט האָב איך געצערנט, און אים געשלאָגן, מיך פֿאַרבאָרגן און געצערנט, װײַל ער איז אָפּקערעריש געגאַנגען אין װעג פֿון זײַן האַרצן.

[18] איך האָב געזען זײַנע װעגן, אָבער איך װעל אים הײלן, און װעל אים פֿירן, און װעל באַצאָלן נחמות אים און זײַנע טרױערער.

[19] איך באַשאַף אַ ליפּנפֿרוכט: שלום, שלום צום נאָנטן און צום װײַטן! זאָגט ה׳, און איך װעל אים הײלן.

[20] אָבער די רשעים זײַנען װי אַ ים אַ געטריבענער, װאָס קען זיך נישט אײַנשטילן, און זײַנע װאַסערן טרײַבן קױט און לײם.

[21] נישטאָ קײן שלום, זאָגט מײַן ג-ט, פֿאַר די רשעים.

יְשַעְיָה — Chapters