[1] שװײַגט פֿאַר מיר, איר אינדזלען, און זאָלן די פֿעלקער באַנײַען דעם כּוֹח; זאָלן זײ זיך נענטערן, דענצמאָל זאָלן זײ רעדן; בײַנאַנד לאָמיר צום משפּט גענענען.
[2] װער האָט דערװעקט פֿון מזרח דעם גערעכטן, רופֿט אים צו זײַן פֿוס? ער גיט פֿאַר אים פֿעלקער, און מאַכט אים געװעלטיגן איבער מלכים; ער מאַכט װי שטויב זײַער שװערד, װי צװײעטע שטרוי זײַער בויגן.
[3] ער פֿאָלגט זײ נאָך, ער גײט דורך בשלום, אויף אַ װעג װאָס מיט זײַנע פֿיס איז ער נישט געגאַנגען.
[4] װער האָט דאָס געטאָן און אױסגעפֿירט? דער װאָס רופֿט די דורות פֿון אָנהױב אָן; איך, דער אײביקער, בין דער ערשטער, און מיט די לעצטע בין איך דערזעלבער.
[5] די אינדזלען האָבן געזען, און האָבן מורא, די עקן פֿון דער ערד טוען ציטערן; זײ האָבן גענענט און זײַנען געקומען.
[6] אײנער העלפֿט דעם אַנדערן, און ער זאָגט צו זײַן ברודער: זײַ שטאַרק;
[7] און דער טישלער שטאַרקט דעם שמעלצער, דער װאָס גלעט מיטן האַמער, דעם װאָס קלאַפּט אױפֿן אַמבאָס; ער זאָגט אױפֿן צונױפֿלײט: ער איז גוט; און באַפֿעסטיקט עס מיט נעגל, עס זאָל זיך נישט װאַקלען.
[8] און דו יִשׂרָאֵל מײַן קנעכט, יעקבֿ, װאָס איך האָב דיך אױסדערװײלט, דער זאָמען פֿון אבֿרהם מײַן ליבהאָבער,
[9] װאָס איך האָב דיך אָנגענומען פֿון די עקן ערד, און פֿון אירע ברעגן דיך גערופֿן, און געזאָגט צו דיר: מײַן קנעכט ביסטו, איך האָב דיך אױסדערװײלט און דיך נישט פֿאַראַכט;
[10] זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר, זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט; איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך, און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
[11] זע, פֿאַרשעמט און צו שאַנד װעלן װערן אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף דיר; װי נישט װעלן װערן און אונטערגײן די מענטשן אין קריג מיט דיר;
[12] װעסט זײ זוכן און זײ נישט געפֿינען, די מענטשן אין שטרײַט מיט דיר; װי נישט און װי גאָרנישט װעלן װערן די מענטשן אין מלחמה מיט דיר.
[13] װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט, דער װאָס זאָגט צו דיר: זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.
[14] זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע יִשׂרָאֵל; איך העלף דיך, זאָגט ה׳, און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
[15] זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ דרעששליטן אַ נײַעם, מיט שפּיצן אַ סך; װעסט דרעשן בערג און צעמאָלן, – און הײכן װעסטו װי שפּרײ מאַכן.
[16] װעסט זײ װינטשופֿלען, און אַ װינט װעט זײ אַװעקטראָגן, און אַ שטורעם װעט זײ צעשפּרײטן; און דו װעסט זיך פֿרײען מיט ה׳, מיט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װעסטו זיך רימען.
[17] די אָרימע און באַדערפֿטיקע זוכן װאַסער און נישטאָ, זײער צונג איז פֿאַרטריקנט פֿון דאָרשט; איך, ה׳, װעל זײ ענטפֿערן, איך, אלוקי יִשׂרָאֵל, װעל זײ נישט פֿאַרלאָזן.
[18] איך װעל עפֿענען שטראָמען אױף הױכע ערטער, און קװאַלן אין מיטן פֿון טאָלן; איך װעל מאַכן דעם מדבר פֿאַר אַ געמױזעכץ װאַסער, און טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
[19] איך װעל געבן אין מדבר צעדער, אַקאַציע, און מירט, און אײלבױם; איך װעל אײַנזעצן אין דער װיסטע ציפּרעס, טענענבױם און בוקסנבױם אין אײנעם;
[20] כּדי זײ זאָלן זען און װיסן, און באַטראַכטן און פֿאַרשטײן צוגלײַך, אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געטאָן, און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל האָט עס געשאַפֿן.
[21] ברענגט אַהער אײַער קריג, זאָגט ה׳, גענענט אײַערע טענות, זאָגט דער קיניג פֿון יעקבֿ.
[22] זאָלן זײ גענענען און אונדז זאָגן די זאַכן װאָס געשעען; די פֿריִערדיקע – װאָס זײַנען זײ? זאָגט, כּדי מיר זאָלן צולײגן אונדזער האַרץ, און דערקענען זײער אױסלאָזן; אָדער די קומעדיקע לאָזט אונדז הערן.
[23] דערצײלט אונדז װאָס װעט קומען שפּעטער, און מיר װעלן װיסן אַז איר זײַט ג‑טער; יאָ, טוט גוטס אָדער טוט שלעכטס, און מיר װעלן זיך אומקוקן און זען צוגלײַך.
[24] זעט, איר זײַט פֿון נישט, און אײַער װערק פֿון גאָרנישט; אומװערדיק איז דער װאָס טוט אײַך אױסװײלן.
[25] איך האָב דערװעקט פֿון צפֿון, און ער איז געקומען, פֿון זונאױפֿגאַנג דעם װאָס רופֿט מײַן נאָמען; און ער גײט אױף פֿירשטן װי אױף קױט, און װי אַ טעפּער טרעט לײם.
[26] װער האָט אָנגעזאָגט פֿון אָנהײב, אַז מיר זאָלן װיסן, און פֿון פֿריִער, אַז מיר זאָלן זאָגן: ער איז גערעכט? קײנער צו מאָל האָט נישט אָנגעזאָגט, קײנער צו מאָל האָט נישט געלאָזט הערן, קײנער צו מאָל האָט נישט געהערט אײַערע װערטער.
[27] אַן ערשטער קײן צִיוֹן: זע, אָן זײַנען זײ! און ירושָלַיִם װעל איך געבן אַ מבֿשׂר.
[28] אָבער איך קוק, און קײנער איז נישטאָ, און פֿון די דאָזיקע איז נישטאָ קײן יוֹעץ, װאָס איך זאָל זײ פֿרעגן, און זײ זאָלן ענטפֿערן אַ װאָרט.
[29] זע, זײ אַלע זײַנען בײזס, נישטיק זײַנען זײערע װערק, װינט און װיסטקײט זײערע געצן.