[1] געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ; זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי; די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ, זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות.
[2] זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם; זײ האָבן נישט געקענט ראַטעװען די משׂא, און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.
[3] הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל, איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב, איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:
[4] אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער, און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן; איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן, און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.
[5] צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן, און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?
[6] איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל, און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג; װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ ג-ט, מע זאָל זיך קניִען און בוקן.
[7] מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים, און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ, און ער שטײט, ער רירט זיך נישט פֿון זײַן אָרט; אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער נישט, פֿון זײַן נױט טוט ער נישט העלפֿן.
[8] געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף, נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן.
[9] געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן: אַז איך בין אֵל, און מער איז נישטאָ, אלֹקים, און נישטאָ מײַן גלײַכן.
[10] איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סוף, און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך נישט געשען; איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן, און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן.
[11] איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל, פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט; יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען, איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.
[12] הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע, װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:
[13] איז דערנענטערן מײַן גערעכטיקײט, זי איז נישט װײַט, און מײַן ישועה װעט נישט זאַמען; און איך װעל געבן אין צִיוֹן אַ ישועה פֿאַר יִשׂרָאֵל מײַן צירונג.