Skip to content
Opens in a new window

[1] װאָרעם זע, דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת, טוט אָפּ פֿון ירושָלַיִם און פֿון יהוּדה אַן אונטערלען און אַן אָנלען; יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט, און יעטװעדער אונטערלען פֿון װאַסער.

[2] דעם גיבור און דעם מאַן פֿון מלחמה, דעם ריכטער און דעם נבֿיא, און דעם װאָרזאָגער און דעם עלטסטן;

[3] דעם הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק, און דעם אָנגעזעענעם און דעם בַעַל-יוֹעץ, און דעם קלוגן צױבערער, און דעם שפּרוכקענער.

[4] און איך װעל מאַכן ייִנגלעך פֿאַר זײערע האַרן, און קינדער װעלן געװעלטיקן איבער זײ.

[5] און דאָס פֿאָלק װעט זיך דריקן, אײנער דעם אַנדערן, און איטלעכער זײַן חבֿר; אַ ייִנגל װעט זיך גרײסן קעגן זקן, און דער ניבֿזה קעגן נִכבד.

[6] אַז עמעצער װעט אָנכאַפּן זײַן ברודער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז: אַ בגד האָסטו, אַ האַר זאָלסטו אונדז זײַן, און די דאָזיקע שטרױכלעניש זאָל זײַן אונטער דײַן האַנט,

[7] װעט ער שװערן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: איך װעל נישט זײַן קײן הײלער, אַז אין מײַן הױז איז נישטאָ קײן ברױט און קײן בגד; איר װעט מיך נישט מאַכן פֿאַרן האַר פֿון פֿאָלק.

[8] װאָרעם געשטרױכלט איז ירושָלַיִם, און יהוּדה איז געפֿאַלן; װײַל זײער צונג און זײערע מעשׂים זײַנען קעגן ה׳, צו װידערשפּעניקן די אױגן פֿון זײַן כּבֿוד.

[9] דער אָנבליק פֿון זײער פּנים זאָגט עדות אױף זײ; און זײער זינד זאָגן זײ אױס װי סדוֹם, זײ פֿאַרלײקענען נישט. װײ צו זײער זעל, װאָס זײ האָבן זיך אַלײן בײז געטאָן.

[10] זאָגט דעם גערעכטן אַז אים װעט זײַן גוט, װײַל די פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים װעלן זײ עסן.

[11] װײ צו דעם רשע, אים װעט זײַן שלעכט, װאָרעם די טוּונג פֿון זײַנע הענט װעט אים געשען.

[12] מײַן פֿאָלק – זײַנע באַצװינגער זײַנען קינדער, און װײַבער געװעלטיקן איבער אים. מײַן פֿאָלק! דײַנע האַרן זײַנען פֿאַרפֿירער, און דעם װעג פֿון דײַנע שטעגן האָבן זײ צעמישט.

[13] ה׳ שטײט אױף זיך צו קריגן, און ער שטעלט זיך צו משפּטן די פֿעלקער.

[14] ה׳ װעט גײן אין אַ משפּט מיט די עלטסטע פֿון זײַן פֿאָלק און זײַנע האַרן: דאָס האָט איר אָפּגעגעסן דעם װײַנגאָרטן, די גזלה פֿון אָרעמאַן איז אין אײַערע הײַזער.

[15] װאָס מײנט איר, װאָס איר צעדריקט מײַן פֿאָלק, און דעם פּנים פֿון די אָרימע צעמאָלט איר? זאָגט דער אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת.

[16] און ה׳ האָט געזאָגט: װײַל די טעכטער פֿון צִיוֹן זײַנען האָפֿערדיק, און גײען פֿאַרריסן דעם האַלדז, און װינקענדיק מיט די אױגן; גײען שװעבנדיק גײען זײ, און מיט זײערע פֿוסרינגען קלינגען זײ;

[17] דערום װעט אֲדֹנָי קרעציק מאַכן דעם קאָפּ פֿון די טעכטער פֿון צִיוֹן, און ה׳ װעט זײער שאַנד אַנטפּלעקן.

[18] אין יענעם טאָג װעט אֲדֹנָי אָפּטאָן די שײנקײט פֿון די פֿוסרינגען, און די שטערנבענדער, און די לבֿנהלעך;

[19] די באָמבערלעך, און די אָרעמבענדער, און די שלײערס;

[20] די קאָפּטיכער, און די טריטקײטלעך, און די גאַרטלען, און די לײַבלעך, און די קמיעות;

[21] די פֿינגערלעך, און די נאָזרינגען;

[22] די פֿאַרטיכטער, און די מאַנטלען, און די איבערדעקן, און די בײַטלען;

[23] די טולן, און די לײַנענע טיכער, און די הױבן, און די דעקטיכער.

[24] און עס װעט זײַן, אַנשטאָט בשׂמים װעט זײַן צעפֿױלטקײט, און אַנשטאָט אַ גאַרטל, אַ שטריק, און אַנשטאָט קרױזן, אַ פּליך, און אַנשטאָט אַ ברוסטטוך, אַ זאַקגורט; אַ בראַנד אַנשטאָט שײנקײט.

[25] דײַנע מענער װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און דײַנע גיבוֹרים אין מלחמה.

[26] און קלאָגן און טרױערן װעלן אירע טױערן, און אױסגעלײדיקט װעט זי װערן, אױף דער ערד װעט זי זיצן.

יְשַעְיָה — Chapters