Skip to content
Opens in a new window

[1] די נבֿואה אױף מוֹאָבֿ: פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן עָר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן; פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן קיר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן.

[2] ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַיִת און דיבֿוֹן, אױף די בָמות צו װײנען; אױף נבֿוֹ און אױף מֵידבֿאָ טוט יאָמערן מוֹאָבֿ; אױף אַלע זײַנע קעפּ איז אַ פּליך, יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן.

[3] אין זײַנע גאַסן גורט מען אָן זאַק; אױף אירע דעכער און אין אירע מערק, טוט איטלעכער יאָמערן, צעגײט אין געװײן.

[4] און קלאָגן טוט חֶשבוֹן און אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ װערט געהערט זײער קֹול; דערום שרײַען די באַװאָפֿנטע פֿון מוֹאָבֿ; זײַן זעל טוט אים ציטערן.

[5] מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט קלאָגן, אירע אַנטלאָפֿענע גרײכן ביז צוֹעַר, דער דרײַיאָריקער קו; װאָרעם דער אַרױפֿגאַנג פֿון לוחית, אים גײט מען אַרױף מיט געװײן; װאָרעם אױף דעם װעג פֿון חוֹרוֹנַיִם אַ בראָכגעשרײ הײבן זײ אױף.

[6] װאָרעם די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן אַ װיסטעניש װערן; װאָרעם פֿאַרדאַרט איז דאָס קרײַטעכץ, פֿאַרלענדט איז דאָס גראָז, קײן גרינס איז נישטאָ.

[7] דערום, די שפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט, און דאָס װאָס זײ האָבן באַהאַלטן, װעלן זײ צום טײַך פֿון די װערבעס אַװעקטראָגן.

[8] װאָרעם דאָס געשרײ האָט אַרומגערינגלט דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ; ביז אֶגלַיִם גײט איר יללה. און ביז באֵר-אֵלים, איר יללה.

[9] װאָרעם די װאַסערן פֿון דימון זײַנען פֿול מיט בלוט; װאָרעם איך װעל דימון נאָך געבן אַ צולאָג: אַ לײב פֿאַר די אַנטרונענע פֿון מוֹאָבֿ, און פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון לאַנד.

יְשַעְיָה — Chapters